מולטי מיליאן דאלאר מקח אויף גיגאנטישן קעמפ אין קעטסקילס פאר מחנה בני באבוב 45
- לפני 19 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי באבוב 45 בכל מקום שהם האבן מיט מיט איבערגליקליכע שמחת הלבבות אויפגענומען די גינסטיגע בשורה פון הרחבת גבולי הקדושה וואס איז פראקלאמירט געווארן ביי א פראכטפולע שמחת השבע ברכות לרגל די שמחה הכפולה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אינאיינעם מיטן מסיבת איגוד השותפים געאייגענט פאר די גרעסערע תומכי המוסדות, איבער א מולטי מיליאן דאללער'דיגע מקח וואס קהל באבוב 45 גרייט זיך אריינצוגיין אין קאנטראקט אפצוקויפן א גיגאנטישן שטח פון אין די וואודרידזש געגענט אין הארץ פון די קעטסקיל בערג וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט א פולקאמע קאמפלעקס פאר די זומער אכסניא פון מחנה בני באבוב 45 מיט אירע קרוב צו טויזנט תלמידים בליעה"ר.
די עקסטאזפולע בשורה איז איבערגעגעבן געווארן דורכ'ן געטרייע מנהל המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ הי"ו וועלכער האט אויסגעשמועסט די ערשטע פלענער פון די נייע קעמפ, וואס וועט אנטהאלטן א פולע קאמפלעקס פון בנינים מפוארים און אלע צרכי המחנה, מיט א ביהמ"ד חדר אוכל און חדרי שינה פאר די קינדער פון די עלטערע כיתות און כיתה מכינה לישיבה, און א באזונדערע אפטיילונג פאר די יונגערע כיתות מיט א ביהמ"ד, חדרי אוכל, און שפיל פלעצער, מיט א מעגליכקייט צו קענען אויך אקאמאדירן איינע פון די ישיבות קטנות ד'באבוב 45.
נאך יארן וואס די קעמפס האבן זיך געפינען אין געדינגענע לאקאלן זייענדיג א שווערע אפקומעניש און מ'האט שוין זייער ארויסגעקוקט צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, איז יעצט געקומען די ריכטיגע מינוט, ווען מ'גרייט זיך ארויפצובויען אן אייגענעם לאקאל אין די קעטסקיל בערג.
דער פארצווייגטער פראיעקט איז געשאצט אריינציציען אין שווערע צענדליגער מיליאנען, ווען א הויפט טייל ווערט פינאנצירט דורך נגידי באבוב 45, וועלכע שטרעקן ווייטער אויס א ווארעמע האנט פארן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מיטן שווערן עול פון ריזיגע הרחבת גבולי הקדושה אונטערנעמונגען אויף אלע פראנטן.






תגובות