top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבים שלום: רירנדע באגעגעניש צווישן האחים האדמור"ים מנדבורנא

לפני 29 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

א היסטארישע און רירנדע באגעגעניש איז היינט פארגעקומען צווישן די צוויי ברידער האדמורי"ם לבית נדבורנא שליט"א, דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, מיט זיין יונגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר.

ארום חצות הלילה איז דער נדבורנא רבי פון ירושלים אנגעקומען קיין קרית נדבורנא אין בני ברק, לביתו נאוה קודש פונעם עלטערן ברודער, וועלכער האט אים אפגעווארט ביים אריינגאנג און אויפגענומען במאור פנים, אין א ספעציעל ווארעמע אטמאספער.

צו דעם באזוך זענען אריינגעלאזט געווארן די מקורבים פון ביידע אדמורי"ם און די עסקנים פון די צוויי הויפן, אזוי אויך זיי די צוויי חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט דעם היינטיגן באגעגעניש, העסקן הרב חיים מאיר כץ, מנכ"ל מוסדות וויזניץ אין אלעד, און דער שריפטשטעלער הרב יקותיאל יהודה גענזל הי"ו.

די רבי'ס האבן זיך באלד אריינגעלאזט אין א ברידערליכן שמועס בנועם שיח, איבער פארשידענע נוסחאות און מנהגים פון די חדשי אלול און תשרי ביי די אדמורי"ם לבית נדבורנה.

נאך ארום א האלבע שעה האט מען געטרונקען לחיים און געזונגען א ניגון, און דערנאך האט דער נדבורנא רבי שליט"א ארויסבאגלייט זיין ברודער, דער רבי פון ירושלים, א כברת דרך ביז צו זיין קאר, און די צוויי רבי'ס האבן זיך ווארעם אנגעוואונטשן א גמר חתימה טובה, מיט אלע ברכות.

דער באזוך האט אויסגערופן גרויס התרגשות צווישן די חסידים אין די נדבורנה הויפן, וועלכע זעען אין דעם באגעגעניש א פאזיטיווע המשך פון שלום און אחדות.



תגובות


bottom of page