נחלת הבונים: הכנה דרבה צו מסע קודש דורך האד' מוויען מיט נדיבי המוסדות קיין אייראפע
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

חברי ק"ק וויען האבן מיט התרגשות אויפגענומען די ידיעה איבער די בעפארשטייענדע נסיעה לקברי צדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן חודש אייר הבעל"ט, ווען דערביי וועלן די נדיבי המוסדות האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות אויף די מקומות הקדושים.
במשך דעם מסע הקודש וועט מען פוקד זיין די קברי צדיקים אין פוילן און אין אונגארן, צווישן זיי אין ליזענסק ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, אין לאנצוט ביומא דהלולא קדישא פון הרה"ק בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע אום י"א אייר, אין קראקא נאנט צו די הילולא פון הגה"ק רבינו הרמ"א זי"ע, און נאך, מיטן הויכפונקט פונעם געהויבענעם שבת וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די שטאט טאקאי אין אונגארן, נישט ווייט פון די שטאט קערעסטיר, מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע.
דער מסע הקודש נחלת הבונים וועט מיטגעהאלטן ווערן דורך די תומכים חשובים ונדיבים בעם מיט גרויסע לייסטונגען לטובת די וויענער מוסדות, און אין די טעג שליסן זיך כסדר אן נאך און נאך נדיבים מיט גרעסערע נדבות להרחבת גבולי הקדושה פון די הייליגע מוסדות, און דערמיט קענען זיין טייל פון די גייסטרייכע נסיעה.









תגובות