top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ וועט אפרעכטן געהויבענע שבתים אין ניו יארק מיוחד פאר צאן קדשים און רבינס חבורה "לב וויזניץ"

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ אין ניו יארק זקנים עם נערים גרייטן זיך בהכנה דרבה צו מקבל פנים זיין פני מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א לענגערע באזוך פון צוויי וואכן אין ניו יארק מחזק צו זיין די חסידים מעבר לים, ווען די קומענדיגע צוויי שבתים וועט דער רבי פראווענען אינאיינעם מיט די חסידים, די ערשטע שבת מיט די ילדי החסידות וועלכע וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה, און דער צווייטער שבת מיט די אינגעלייט און בעלי בתים פונעם רבינס חבורה "לב וויזניץ".


דער רבי שליט"א וועט ערשיינען בשערי ניו יארק דעם קומענדיגן דאנערשטאג אינדערפרי, און וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון די קומענדיגע צוויי וואכן אויף א פריוואטער פארנעם, ביז מאנטאג פ' אמור הבעל"ט.


די וואך שבת פ' תזריע טהרה וועט דער רבי אפרעכטן א שבת מיוחדת פאר אלע ילדי התלמודי תורה דחסידי וויזניץ אין אמעריקא און קאנאדע, פון כיתה ו' און ארויף, וואס וועלן האבן די זכי' מיטצוהאלטן א שבת ביים רבי'ן, אין די טאמס ריווער געגנט נעבן לעיקוואד, אויפן זעלבן שטייגער וואו דער שבת וואס דער רבי האט אפגעראכטן  דעם ווינטער  אויסשליסליך פאר די ילדי החסידות אין ארץ ישראל.


די קומענדיגע וואך שבת פרשת אחרי קדושים, וועט דער רבי פראווענען אינאיינעם מיט די אינגעלייט און בעלי בתים, וועלכע זענען עוסק בפרנסה על המחיה ועל הכלכלה, און זענען אנגעשלאסן אין דעם קבוצה "לב וויזניץ" תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, צו האבן א ספעציעלע העכערקייט און התבדלות פון די גאס זייענדיג אויסגעשטעלט צו די אפענע ארבעט'ס וועלט.


דער שבת וועט פארקומען אין א פראכטפולער האטעל נעבן נוארק, און וועט זיין צוגעשטעלט אויף די העכסטע סטאנדארטן ברוחניות ובגשמיות.


דער מסע הקודש וועט קומען צו אן ענדע זונטאג אמור ווען דער רבי וועט אריינקומען צו מעריב און ספירת העומר ברוב עם הדרת מלך און משמיע זיין דברי פרידה פאר די חסידים איידערן זיך אהיימקערן למעון קדשו אין בני ברק.

תגובות


bottom of page