האד' מסאטמאר אנאנסירט פאר יהדות הנאמנה אין ברוקלין: דירות פראיעקטן אין מאנטיסעלאו פאר בלויז $200 א סקווער פיס
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן ביים סעודת הילולא רבתי אין שטאט קרית יואל לכבוד די צוואנציגסטע יארצייט פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי''ע האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנאנסירט א היסטארישע דורכברוך פאר תושבי ברוקלין פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע פלאגן זיך מיט די גאר הויכע דירות פרייזן, און טייערע דירה שטייערן, און מבשר טוב געווען איבער א הערליכער עתיד אין דער קומענדיגער עיר ואם בישראל מאנטיסעלאו אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק.
דער רבי האט דערציילט אז ער האט אין די טעג געהאט א דעלעגאציע פון די פרישע דעוועלאפער אינעם חרדישן ישוב מאנטיסעלאו, נאך וואס זיי האבן שוין ערהאלטן אלע נויטיגע פערמיט'ן ב''ה און הייבן יעצט אן בויען 300 דירות אויפאמאל, פאר בלויז צוויי הונדערט דאללער א סקווער פיס, מיטן ציל אויפצובויען טויזנטער דירות צווישן די היימישע דעוועלאפערס. דערצו וועט ק"ק סאטמאר בויען דירות אין מאנטיסעלא פארן זעלבן פרייז, אין צוגאב צו הונדערטער רענטאל דירות פאר גאנץ-יעריגע וואוינונג פארן היימישן עולם.
דער חרדישע ישוב אין מאנטיסעלא איז כיום באזעצט מיט אריבער 80 משפחות חסידישע אידן, און פארמאגט א צאל בתי מדרשים, מוסדות החינוך, מקוואות, גראסעריס און אלע צרכי ציבור, מיט די מעגליכקייט צו אקאמאדירן פרישע הונדערטער משפחות וועלכע זוכן א דאך איבער'ן קאפ פאר א צוגענגליכע פרייז, און עס זאל זיין צוגעשטעלט מיט אלע געברויכן מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.
דער רבי האט באטאנט אז ער איז פערזענליך געזעסן מיט דעוועלאפערס צו טרעפן א לעזונג פאר די אידן אין ברוקלין וואס באקלאגן זיך אז זיי ווערן ממש דערשטיקט פון די הויכע דירות פרייזן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און אנדערע געגנטער, און אויסגעפירט זאגנדיג אז ס'איז נישטא מער קיין סיבה פאר אידן, צו פארבלייבן אין ברוקלין, מאנטיסעלא האט דעם עתיד פאר יעדן אי''ה!
באזונדער האט דער רבי אדרעסירט די שוועריקייטן כנגד זה אין קרית יואל המורחבת, ווען אינדרויסן פונעם ווילידזש איז יעצט נישטא קיין וואסער פאר אזויפיל דירות וואס מען בויט, און דעריבער איז יעדע דירה-איינגאבע דארט כמניח מעותיו על קרן הצבי, ס'וועט נאך נעמען אסאך יארן צו לעזן דעם פראבלעם.
בנוגע די פרייזן אין קרית יואל, האט דער רבי מתריע געווען די בויערס און מעקלערס מ'זאל אנהאלטן די רעוואלוציע פון דריי הונדערט דאללער א סקווער פיס און אין קרית יואל המורחבת וואו די שטח ביליגער, און די קונים צאלן טייערע שטייערן, איז דער פרייז 250 דאללער א סקווער פיס און מען זאל נישט צאלן מער - נישט און קרית יואל והגלילות און נישט אין מאנטיסעלא.
מענין לענין האט דער רבי ווידער מכריז געווען אז קרית יואל האט דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי''ע געבויט צו זיין אפגעזונדערט, אפילו פון ערליכע קהלות אויך, נאר פאר תלמידיו הולכים בשיטתו אינגאנצן!
דעריבער, ווער עס פרובירט צו ברענגען אנדערע, איז מהרס רצון קדשו, והזהרו בגחלתו, דער פעטער קוקט זיך אום, און זיין הקפדה שאדט ח''ו.





תגובות