top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תמיכה גדולה פון האלב-מיליאן דאלאר פארטיילט דורך האד' מסאטמאר פאר תלמידיו וחסידיו בארה"ק לכבוד יום טוב

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ראשי והנהלת ק''ק סאטמאר בארה''ק, ירושלים, בני ברק און בית שמש, דרוקן זיי אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק.


אזוי ווי במשך די לעצטע פאר יאר, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענדליך דעם גרויסן עול צו שאפן גרעסערע סכומים געלט ביי נדיבי לב, ארויסצושיקן קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב א תמיכה גדולה ונכבדה פאר יעדע ראש בית אב, כדי צו פארגרינגערן דעם יום טוב פאר די קרוב צו אכט הונדערט משפחות תושבי ארה"ק ת"ו.

 

די ריזיגע תמיכה איז אריבערגעשיקט געווארן די פארגאנגענע וואך דערגרייכנדיג דעם אסטראנאמישן ציפער פון א דריי-פערטל מיליאן דאללאר, וואס איז נעכטן מוצאי שבת פארטיילט געווארן דורך די הנהלת הקהלה והמוסדות אין יעדן שטאט באזונדער.


אין לויף פון די פארגאנגענע וואך האט דער רבי שליט''א פערזענליך עוסק געווען א לענגערע צייט מיט'ן מסדר זיין די צדקות און קמחא דפסחא פון אסטראנאמישע סכומים נאנט צו א מיליאן דאלאר וואס דער רבי שאפט און פארטיילט פאר די חסידים אין ארץ ישראל, און אזוי אויך פאר נאך אסאך נצרכים בקרב ק''ק סאטמאר און עמך.

תגובות


bottom of page