חסידי בעלזא אין אויפבליענדע "הר יונה" געשפאנט צו לענגערע ביקור הוד דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
- 23 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שפאנענדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי די הונדערטער משפחות חסידי בעלזא איינוואוינער פון די אויפבליענדע שטאט "הר יונה" איבער א ביקור הוד וואס מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן מיט'ן אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף ימי התוועדות והתעלות רוחניות בקרב החסידים, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת התאחדות, דעם קומענדיגן שבת נאך פסח, פר' תזריע טהרה.
דער באזוך קומט אין א צייט ווען די דער חסיד'ישער ישוב אין הר יונה לעבט מיט אן אויפבלי פון פרישע שכונות וואס קומען כסדר צו מיט די באזעצונג פון פרישע קהלות און משפחות פון אלע שיכטן און קרייזן, ובפרט איז בולט די אנוועזנהייט פון חסידי בעלזא וואס וואקסט און בליעט אויף א הערליכן פארנעם, און דער יעצטיגער באזוך פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי אנטשפרעכט צו געבן א שטארקע חיזוק להרמת קרן התורה והחסידות פאר די גאנצע שטאט.
אין צוזאמענהאנג פון די ימי ביקורי ענוים, ווערט ארויסגעגעבן א נייער הערליכער "כל מקדש" דורכ'ן בארימטן מלחין לבית בעלזא, הרב יוסף צבי ברייער, וואס ר' יוסף צבי האט פארפאסט נאך פאר 45 יאר צוריק, און איז ביז היינט נישט געווען ארויסגעגעבן לרבים, נאר געווען פארצייכנט ביי ר' יוסף צבי מיט נאטן, און אצינד לכבוד דעם גרויסן שבת אין הר יונה, וועט עס צום ערשטן מאל ארויסגיין לאור עולם.






תגובות