top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא וועט אפרעכטן לענגערע באזוך און א שבת מרומם אין מאנטריאל

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא אין קאנאדע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס וועט אפרעכטן א ביקור מרומם און צום הויכפונקט א "שבת התוועדות והתעלות" אין די סקווירא קהילה אין מאנטריאל, דעם קומענדיגן שבת פר' תזריע טהרה ראש חודש אייר הבעל"ט.

דער חשובער גאסט וועט זיין צוגאסט אין שטאט אויף עטליכע טעג צו זען פונדערנאנט דעם הערליכן בלי און וואוקס בקרב הקהלה והמוסדות אין מאנטריאל וואס איז הולך וגדול מיט א געוואלדיגע הצלחה, אין א צייט וואס אין די לעצטע תקופה האט מען פארענדיגט א מאסיווער פראיעקט פון הקמת בניני המוסדות. דאס רעכנט אריין די תלמוד תורה, ישיבה קטנה, מיידל שולע און די כולל אברכים.

דער ביקור מרומם איז באשטעטיגט געווארן, בהורמנותא דמלכא דער סקווערער רבי שליט"א, נאכדעם וואס עס איז אנגעקומען צום רבי'ן א משלחת נכבדה פון די ראשי הקהלה והמוסדות אין מאנטריאל, לאדענען דעם רבי'ן שליט''א צו קומען מחזק זיין די חסידים אין קאנאדע וואס קוקן אזוי ארויס מיט א השתוקקות לעשות את השבת בצוותא חדא כאיש אחד ובלב אחד.


דאנערשטאג נאכט ביים אנקומען אין שטאט וועט אפגעראכטן ווערן א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם גאסט, דער גאנצער שבת וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסן פארנעם אינעם ביהמ"ד הגדול דחסידי סקווירא, און די סעודת שבת וועט הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די חסידים פון אלע יארגענג - זקנים עם נערים.

תגובות


bottom of page