top of page
בחסדי שמים: הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט פון שפיטאל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דער עולם התורה האט מיט דערלייכטערונג אויפגענומען די גוטע בשורה, אז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכן זיין שפיטאליזירט עטליכע וואכן צוליב זיין געזונט־צושטאנד. ווי באריכטעט האט מען שוין פאריגע וואך זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א מעגליכע באפרייאונג פון שפיטאל, אבער ליידער איז די מצב פלוצלינג צוריקגעפאלן, און מען האט שנעל אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום איט


הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי עדת אנטווערפען באזוכט בבתי האדמור"ים אין ניו יארק
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הגה"צ ר' פנחס לייבוש פאדווא שליט"א, גאב"ד קהילת שומרי הדת אין אנטווערפען, וועלכער איז געווען צוגאסט אין ניו יארק לכבוד די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, האט אין לויף פון זיין באזוך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן בבתי האדמו"רים לברך ולהתברך און זיך דורכרעדן בעניני השעה. צווישן זיי האט דער רב באזוכט ביי האחים האדמו"רים מסאטמאר, און אין לעיקוואוד ביי האדמו"רים מראחמיסטריווקא לעיקוואוד, תולדות מרדכי וויזניץ, און סקולען לעיקווא


ובכן צדיקים: געהויבענער שמחת החתונה אין סלאנימער הויף
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ברגשי גיל וחדווה האבן הונדערטער חסידי סלאנים מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בבית צדיקים, ווען בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' דוב בעריש שניאורסאן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק שמחה ראבינאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת ב


האד' מסאטמאר אראפגעשטעלט נייע "שלוה בודזשעט" פאר חתונות אין קרית יואל ביי כינוס ראשי העיר ועסקנע קרית יואל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין גאר א היסטארישע אסיפה איז דעם מאנטאג נאכט פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו עס זענען געלאדנט געווארן אריבער 150 געסט, אריינגערעכנט די רבני העיר, ראשי המוסדות, נגידים בעם, עסקנים פון די חתונה קאמיסיע, די אנפירער פון די חתונה זאלן און חתונה געשעפטן, די ממונים פון אלע קופות הצדקה און אלע בתי מדרשים איבער די שטאט, און אויך פון די ישיבה גדולה וואס פארטי


שוידערליכע טראגעדיע אין נתני' ווען המקובל הגה"צ רבי עמוס גואטה זצ"ל געשטאכן צום טויט רח"ל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט אינדערפרי אין שטאט נתני', ווען איינער פון די חשובע רבנים פון שטאט, הגאון המקובל, חסידא ופרישא, מקרב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, ודחיל חטאין רבי עמוס גואטה זצ"ל איז געשטאכן געווארן צום טויט רח"ל, אין זיין ישיבה אין שכונת נאות הרצל אין נתניה. הבי עמוס איז געווען צווישן די צדיקים נסתרים אין אונזער דור, זיין לעבן איז געווען איין לאנגע קייט פון מסירות נפש, אהבת ישראל און קירוב רחוקים. זיין בי


כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל, וואס געפאלט אויס מארגן דינסטאג נאכט ליל ט"ז תמוז, ומנוחתו כבוד במרומי הר הזיתים. דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי ירושלים עיר הקודש. ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת החתונה בחצר הקודש סלונים פונעם חתן, א זון פון ידידו ורעו


מלכות'דיגע שבע ברכות בשמחת בית צאנז און אפצייכענונג פון זעכציגסטן יובל זינט גרינדונג פון מוסדות צאנז בני ברק
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א מלכות'דיגע שמחת שבע ברכות לרגל די שמחה הגדולה בחצר הקודש צאנז איז אפגעראכטן געווארן אין שטאט חולון קאמבאנירט מיטן מעמד "בנין לדורות" אפצייכנענדיג דעם זעכציגסטן יובל זינט די גרינדונג פון די מוסדות הקדושים אין שטאט בני ברק דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. נאך תפילת מעריב האט מען מקבל געווען פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיי


היימלאזער איד צום ערשטן מאל זוכה געווען צו מקיים זיין מצות פדיון הבן אויף אינציאטיוו פון האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: ח. ל. א זעלטענער און גאר רירנדע מעמד פדיון הבן איז אפגעראכטן געווארן היינט אינדערפרי נאך תפילת שחרית בבית מדרשו פון כ"ק מרן אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, ווען א היימלאזע איד מיט'ן נאמען ר' דוד, באקאנט צווישן די מתפללים און יושבי בית המדרש, האט זוכה געווען מקיים צו זיין צום ערשטן מאל אין זיין לעבן די מצות פדיון הבן – זייענדיג אלט 57 יאר. די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען עס איז באקאנט געווארן, אז צוליב פארשידענע טרויע


שיינע שידוך געשלאסן אין אנטווערפען אין הויפן פון בית משה אהרן פשעווארסק - מעליץ
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' אלחנן הורוויץ שליט"א אבד"ק ראפשיץ קרית יואל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' נפתלי אלימלך רייך שליט"א אבד"ק בית משה אהרן פשעווארסק אנטווערפן, זון פון כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביטשקוב זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת אברהם זאל אין אנטווערפען.


כבוד התורה ולומדיה: האד' מביאלא איז מחזק די תלמידי ישיבה קטנה ביאלא נאכן זיך פארהערן אויף פיר מסכתות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער ברוב פאר והדר איז אפגעהאלטן געווארן א געהויבענער מעמד "כבוד התורה ולומדיה" פאר די הונדערטער בחורי חמד תלמידי ישיבה קטנה ביאלא, אינעם גרויסן "בית וויזניץ" זאל אין בני ברק, בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין בני ברק איידער דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין אויסלאנד אויף אפרוה, און באשיינט די מעמד אינאיינעם מיט חשובע רבנים, די צוות הישיבה, און די הורי התלמידים. דער


הוציאו תיבה לרחובה של עיר: חצר הקודש וויזניץ וועט אפהאלטן מאסן "עצרת לימוד" אין ליכט פון גזירת הגיוס
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל געפינט זיך אין א שטורמישע תקופה אין שאטן פון די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט ווי א שווארצע וואלקן איבערן עתיד פון דעם עולם התורה, ווערט אצינד געמאלדן איבער א אייגנארטיגע תורה'דיגע מחאה אין א בחינה פון "הוציאו תיבה לרחובה של עיר", וואס וועט ווערן אפגעהאלטן מארגן מיטוואך דורך הונדערטער חסידי וויזניץ, בהוראת הקודש ובברכתו פון כ"ק אדמו"ר מווויזניץ שליט"א. אנדערש ווי די


הערליכע חתונה בחצרות שבט הלוי - שאץ - מאקאווא ערשטמאליג אפגעראכטן אין ביהמ"ד הגדול שבט הלוי
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע חתונה בחצרות הקודש שבט הלוי און שאץ. די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' אברהם אליהו וואזנער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד שבט הלוי אין אלעד, מיט דער חתן א זון פון הרה"צ ר' ישכר דב מאסקאוויטש שליט"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. ווי ברייט באריכטעט איז די שמחה צום ערשטן מאל געפראוועט אין הי


מסיבת הכרת הטוב פאר עסקני מוסדות יטב לב בשעלוב שמחת ש"ב לכבוד הרב חיים שלמה פישער משב"ק האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י שטיין אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב פאר די הונדערטער סאטמארער עסקנים וועלכע האבן עוסק געווען במצוה בעת די לעצטיגע "שלוחי רבינו" קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארץ הקודש, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון דעם איש המעש הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו יד ימינו ומשמש בקודש ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, לרגל די חתונה פון בתו הכלה למזל"ט. די מעמד איז פא


האד' מבאבוב 45 באזוכט בקרב המוסדות אין יוניאן ניו דזשערזי | בילדער
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י ווי באריכטעט איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין יוניאן ניו דזשערזי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. צום ערשט האט דער מנהל, הרב יחיאל גלאנץ, מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט די סדר פון די חומש סעודה. דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן לחיים און


האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג פראוועט געהויבענעם שבת מיט תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט א רגש דקדושה האבן די בחורי חמד, תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי, מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת בין כותלי הישיבה אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת הישיבה בשליחות הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער האט זיך געפינען אין אייראפע, אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים לרגל די יארציי


מאסן חסידים מיטגעהאלטן שמחת נישואין בחצרות הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה אין דער שטאט ביתר זענען נאך אונטערן רושם נאכן מיטהאלטן די שיינע רבישע חתונה אין די הויפן פון הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר, ווען עס איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"צ רבי חנניה יוסף דאנציגער שליט"א, זון פון הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א מאלכסנדר, עב"ג די כלה, א טאכטער פון הרה"צ רבי ש


ירושלים: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם זונטאג י"ג תמוז ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האט זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וואס איז צוגאסט אין די טעג אין ארה"ק.


הונדערטער ביי הארצרייסנדע לוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אין ירושלים
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN פילע אידן, גוטע פריינד, בני המשפחה און חסידי טשערנאביל האבן מיט שווערע געמיטער און צעבראכענע הערצער באגלייט למנוחות האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מפארי האברכים אין די טשערנובילער קהילה אין ירושלים, וועלכער איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין בלויזן עלטער פון 29 יאר איבערלאזנדיג א צובראכנע אלמנה און קליינע יתומימל'ך. נאך גאר גרויס דרוק או


נקדמה פניו בתודה: תושבי געיטהעד פייערליך מקבל פנים געווען נייער מרא דאתרא הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שטורמישע רגשי שמחה און עקסטאז, האט דער עיר התורה געיטסהעד אויפגענומען דעם ניי-ערוועלטן מרא דאתרא, הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך אפיציעל קובע משכנו זיין און איבערנעמען דעם שרביט הרבנות, נאך א צייט-אפשניט פון פינף יאר וואס די שטאט האט נישט פארמאגט קיין רב. שוין לאנגע וואכן וואס מען גרייט זיך אין שטאט אויף דעם גרויסן טאג, ווען דער רב שליט"א, וועלכער האט פריער משמש געווען ברבנות אין "קהל עד


מעמד קביעת מזוזה ופתיחת שערים פון נייע ביהמ"ד "אמרי סופר" ערלוי אין רמה ד' בית שמש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. איזנבאך חסידי ערלוי האבן פאריגע וואך געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש המפואר "אמרי סופר" ערלוי אין די רמה ד' געגענט, וועלכע איז באנייט געווארן אלס א הערליכע צענטער לתורה ותפילה, בדרך המסורה לצדיקי הסופרים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען און אנגעקומען בשערי העיר צו באשיינען די מאורע. ביים אנקומען צום נייעם בית המדרש


bottom of page
