top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היימלאזער איד צום ערשטן מאל זוכה געווען צו מקיים זיין מצות פדיון הבן אויף אינציאטיוו פון האד' ממאחנובקא בעלזא

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: ח. ל.

א זעלטענער און גאר רירנדע מעמד פדיון הבן איז אפגעראכטן געווארן היינט אינדערפרי נאך תפילת שחרית בבית מדרשו פון כ"ק מרן אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, ווען א היימלאזע איד מיט'ן נאמען ר' דוד, באקאנט צווישן די מתפללים און יושבי בית המדרש, האט זוכה געווען מקיים צו זיין צום ערשטן מאל אין זיין לעבן די מצות פדיון הבן – זייענדיג אלט 57 יאר.


די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען עס איז באקאנט געווארן, אז צוליב פארשידענע טרויעריגע סיבות האט מען ליידער נישט פודה געווען ר' דוד אלס ניי געבוירן קינד, הגם ער איז מחויב געווען אין דער מצוה זייענדיג א בכור צו זיינע עלטערן. ווען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט זיך דערוויסט דערפון, האט דער רבי גלייך באאויפטראגט די שטוב מענטשן זיך אריינצולייגן אין דער ענין, אז מען זאל פודה זיין דעם איד כדת וכהלכה.


דער היינטיגע געשעהניש שפיגלט אפ די באקאנטע הנהגה פונעם רבי'ן שליט"א, ועמענ'ס הויז און ביהמ"ד איז שטענדיג אפן פאר יעדן נצרך און שבורי לב, וועלכע טרעפן דארט אן אפן הארץ און אוזן קשבת ביים רבי'ן שליט"א וועלכער איז מציר בצרתן של ישראל און געט זיך פערזענליך אפ בכל לבבו ונפשו צו באזארגן די צעבראכענע נפשות מיט אלע זייערע געברויכן.


לויט דער הוראה פונעם רבי'ן שליט"א האט מען מכבד געווען דער כהן מיוחס כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, צו דינען אלס דער כהן פודה און דורכפירן דעם סדר הפדיון לויט אלע פרטי ההלכה.


בעפאר די מעמד האט דער רבי שליט"א מקנה געווען פאר ר' דוד די פינף סלעים, וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעצאלט פון זיין אייגענע טאש, כדי מזכה צו זיין דעם איד מיט די מצוה אויף די שענסטע און מהודר'דיגסטע אופן.


שפעטער איז פארגעקומען דער סדר הפדיון בכל פרטיה ודקדוקיה, ווען די אנוועזנדע האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די זעלטענע מחזה, אין וועלכע ר' דוד האט זוכה געווען נפדה צו ווערן כהכלה נאך אזויפיל צענדליגער יארן.


נאכן פדיון האט דער רבי שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים לכבוד דער שמחה, משמיע געווען דברי ברכה, און באזונדער געוואונטשן ר' דוד מעומק הלב מיט זיין אויסטערלישע אהבת ישראל. אין זיינע ווערטער האט דער רבי ארויסגעברענגט די גרויסע זכות פון מקיים זיין א מצוה אפילו נאך אזויפיל יארן, און ווי טייער יעדע מצוה איז פאר'ן אויבערשטן אין יעדן צייט און אין יעדן מצב.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דער כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה לכבוד דעם זעלטענעם מעמד און בענטשן דעם בעל שמחה בברכת כהנים. שפעטער האט דער רבי אויך געבעטן ר' דוד אליין צו זאגן עטליכע ווערטער פאר די פארזאמלטע לכבוד יום שמחת ליבו.



bottom of page