נקדמה פניו בתודה: תושבי געיטהעד פייערליך מקבל פנים געווען נייער מרא דאתרא הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שטורמישע רגשי שמחה און עקסטאז, האט דער עיר התורה געיטסהעד אויפגענומען דעם ניי-ערוועלטן מרא דאתרא, הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך אפיציעל קובע משכנו זיין און איבערנעמען דעם שרביט הרבנות, נאך א צייט-אפשניט פון פינף יאר וואס די שטאט האט נישט פארמאגט קיין רב.
שוין לאנגע וואכן וואס מען גרייט זיך אין שטאט אויף דעם גרויסן טאג, ווען דער רב שליט"א, וועלכער האט פריער משמש געווען ברבנות אין "קהל עדת ישורון" אין וואשינגטאן הייטס, וועט באשיינען די שטאט מיט זיין אנקום.
דער טאג האט זיך אנגעהויבן ווען דער רב שליט"א האט מופיע געווען בהדרו אויף די הויפט "ביואיק גאס" אין שטאט. די גאסן זענען געווען באלאגערט דורך המוני תושבי העיר, אברכים און בעלי בתים, וועלכע זענען ארויסגעקומען מיט גרויס דרך ארץ מקבל פנים צו זיין דעם נייעם מרא דאתרא ואיש על העדה, ארום דעם רב האט זיך פארמירט א פראכטפולע פמליא פון גדולי ורבני העיר, בראשות דער זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, הגאון ר' יעקב ארנטרוי שליט"א, ראש ישיבת סאנדערלאנד, דער משגיח הישיבה הגאון רבי מרדכי יוסף קארנאווסקי, די ראש הקהל הרב מאיר מנשה באדנער, און די חברי ועד רבני העיר.
דער מעמד איז געווען באגלייט בתופים ומחולות, ווען הונדערטער ילדי תשב"ר פון די ארטיגע מוסדות שטייען אויסגע'שורה'ט מיט פאקלען אין די הענט, זינגענדיג ניגוני שמחה לכבודה של תורה.
דער רב שליט"א איז דורכגעגאנגען די שטאטישע גאסן האנט ביי האנט מיט די גדולי התורה, באגלייט בשירה וזמרה ביז מען איז אנגעקומען צום רב'ס נייעם שטוב. די תהלוכה איז אפגעהאלטן געווארן פאר בלויז א האלבע שעה, כדי נישט צו פאראורזאכן קיין חילול השם ברשות הרבים.
פריער אין טאג האט דער רב שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די מיידל סקול אין שטאט, וואו די בנות ישראל הכשרות האבן מקבל פנים געווען דעם רב מיט גרויס כבוד בבואו לחון את פני העיר.
לכבוד דעם גרויסן מאמענט איז ספעציעל איבערגעמאכט און רענאווירט געווארן די נאסטאלגישע שטאטישע שול, וואס איז געבויט געווארן אין יאר תרצ"ט, וואו דער רב שליט"א וועט קובע זיין מקום לתפילתו און משפיע זיין פאר די בני הקהלה.


















