מאסן חסידים מיטגעהאלטן שמחת נישואין בחצרות הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר
- לפני 47 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידים ואנשי מעשה אין דער שטאט ביתר זענען נאך אונטערן רושם נאכן מיטהאלטן די שיינע רבישע חתונה אין די הויפן פון הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר, ווען עס איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"צ רבי חנניה יוסף דאנציגער שליט"א, זון פון הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א מאלכסנדר, עב"ג די כלה, א טאכטער פון הרה"צ רבי שלמה פרידמאן שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א פון ביתר, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א.
מיט א באזונדערע התרגשות האבן תושבי ביתר אויסגענוצט די געהויבענע געלעגנהייט נהנה צו זיין מאורו הגדול פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א בזמן שהצדיק בעיר, ווען די רבי שליט"א איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין.
די חופה איז אפגעראכטן געווארן אויף די הויכע פלאטפארמע פארנט פונעם היכל הברכה זאל אין שטאט ביתר, און דאס התעוררות איז געווען גרויס ביים זינגען די מקובל'דיגע ניגוני התעוררות ודביקות. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א האט מסדר קידושין געווען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי יעקב ישראל פרידמאן שליט"א, א ברודער פונעם הארנסטייפלער רבי שליט"א. מיט די ברכות זענען מכובד געווארן דער זיידע הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א מאלכסנדר, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא פתח תקוה שליט"א, דער פעטער הגה"צ ר' יעקב ישראל פריעדמאן שליט"א אבד"ק עמק תפלה טשערקאס אין היילענד מילס, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א.
נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם מחול לצדיקים לכבוד השמחה. די סעודת החתונה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן זאל, און אינצווישן איז דער לעלוב ניקלשבורגער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון זיין איידעם הרב אהרן טייטלבוים שליט''א אין ביתר וואו דער רבי האט געדאוונט מעריב און אויפגענומען א צאל אידן מיט קוויטלעך.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פון די פילצאליגע משתתפים, און מ'האט א לענגערע צייט זיך משמח געווען בשמחה רבה, ובפרט ווען דער חתן שליט"א איז ערשינען אין זאל. דער רבי האט זיך געוואשן און האט כדרכו בקודש גערייכערט, און אפגענומען מזל טוב פון די אדמורי"ם, רבנים און פילע משתתפים ביי די שמחה.
דורכאויס די חתונה האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם ורבנים, ובראשם דער פעטער כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן די שמחה במשך א לענגערע צייט. האדמורי"ם מטאלנא, לעלוב בראנאוויץ, באטאשאן, מעזיבוז, און הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.
באזונדער האבן זיך אנגעזען די רבני העיר ביתר, ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, האדמורי"ם מנדבורנא ביתר, באסטאן ביתר, לעלוב ביתר, און הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי שליט"א אב"ד סלונים ביתר און נאך.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ מיט וואס עס האט קודם מכבד געווארן די זיידע פון חתן האדמו"ר מזוועהיל, און דערנאך די זיידע מצד הכלה האדמו"ר מהארנסטייפל.
דער בדחן הרה"ח ר' פנחס גרינפעלד הי"ו האט דערנאך אויסגערופן דעם לעלוב ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א מיט הערליכע חרוזים, און דער רבי האט געפראוועט די עבודת הקודש פון די ריקודין נלהבים וואס האט יעדן געהויבן און מרומם געווען.
נאך'ן טאנצן לפני הכלה האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט ריקודין מיטן חתן, זיידעס און מחותנים און באזונדער מיט בני משפחתו די קינדער און אייניקלעך.









































































































































