top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובכן צדיקים: געהויבענער שמחת החתונה אין סלאנימער הויף

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

ברגשי גיל וחדווה האבן הונדערטער חסידי סלאנים מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בבית צדיקים, ווען בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' דוב בעריש שניאורסאן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק שמחה ראבינאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת באיאן, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה וואסערמאן שליט"א אבד"ק לעלוב, וואס איז פארגעקומען בקול צהלה ורינה אין די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק.


צום באשטימטן צייט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינאיינעם מיט'ן חתן און די שושבינון, און במשך א לענגערע צייט האט מען געזונגען ניגוני התעוררות און דביקות פונעם אוצר הנגינה לבית סלאנים. אין א זעלטנעם ערשיינונג, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש חוצבים להבות אש, פאר'ן ארויסגיין צו די חופה און בקול חינוק דמעות אויסגעשריגן די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית אקעגן די רדיפת הדת און בפרט מיט די ביטערע גזירת הגיוס ווען די רשעים ווילן עוקר זיין די תורה פון אידישע קינדער.


דער רבי שליט"א האט דערמאנט די קאר דעמאנסטראציע וואס איז יענעם טאג פארגעקומען ברחובה של עיר, און אויסגעפירט אז אידישע קינדער וועלן שטיין בכל תוקף אקעגן די אלע רשעי הציונים וואס ווילן אויסרייסן די תורה הקדושה.


דאן איז מען ארויס צום מעמד החופה ברוב עם הדרת מלך, וואו דער רבי שליט"א האט מסדר געווען חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה כ"ק האדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, און די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, הגה"צ אב"ד לעלוב און ברכה אחריתא דער זיידע ראש ישיבת באיאן, נאך די חופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכות קדשו פארן גאנצן עולם, און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ.


די סעודת מצווה איז געווען הערליך צוגעשטעלט איש על מחנהו ואיש על דגלו, פאר די בחורים איז די סעודה פארגעקומען אין ביהמ"ד סלאנים אנטקעגן איבער די זאל, און פאר די אינגעלייט און בני המשפחה אויף די צוויי שטאקן פונעם זאל.


ארום צען אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה לקול תרועת הזמר,און מעודד געווען די ריקודים בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט, די שמחה איז געקומען צו א הויכפונקט ווען די מנגנים האבן אנגעהויבן שפילן דעם פייערדיגן סלאנימער ניגון "וכל קרני רשעים אגדע", אין יענע מאמענטן האבן זיך אלע בחורים און אינגעלייט, די "עריקים" וואס האבן געפאלגט דעם רבינ'ס באפעל אזוי ווי אלע גדולי ישראל און זיך נישט געשטעלט צום לשכות הגיוס, אראפגעלאזט צום צענטער פונעם זאל און געטאנצן מיט א געוואלדיגע ברען אנטקעגן דעם רבי'ן וועלכער האט מעודד געווען די ריקודים מיט א זעלטענעם התלהבות. דורכאויס די ריקודים איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן מזל טוב אל מול פני הקודש.


אין לויף די שמחה האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן-אן צענדליגער אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען אפגעבן א מזל טוב, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די פעטערס האדמו"ר מלעלוב פון צפניה, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מסטריקוב, לעלוב בני ברק, אנטניא, אב"ד סטריקוב, אב"ד רחמסטריווקא בני ברק, ראש ישיבת וויזניץ, אב"ד מאור חיים ירושלים, נשיא ישיבת טשעבין, און הגאון רבי יחזקאל דערבאמדיגער רב פון מתחם הסופרים.


נאך די ריקודים האט מען צכבד געווען מיט ברכת המזון דער פעטער מצד החתן הגה"צ רבי נחום שניאורסון שליט"א נשיא ישיבת טשעבין, און די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובע פעטערס און בני המשפחה.


דערנאך האט זיך אנגעהויבן דער געהויבענער מעמד המצוה טאנץ, וואו דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הריקודים לקראת כלה מיט אן אש קודש, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים און מיט אלע אייניקלעך זרע ברך ה'.


נאכ'ן רבי'ן שליט"א זענען מכובד געווארן צו טאנצן די איבריגע זיידעס, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין, אב"ד לעלוב, און ראש ישיבת באיאן, דערנאך די מחותנים און צום לעצט דער חתן לפני הכלה.



bottom of page