כבוד התורה ולומדיה: האד' מביאלא איז מחזק די תלמידי ישיבה קטנה ביאלא נאכן זיך פארהערן אויף פיר מסכתות
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
ברוב פאר והדר איז אפגעהאלטן געווארן א געהויבענער מעמד "כבוד התורה ולומדיה" פאר די הונדערטער בחורי חמד תלמידי ישיבה קטנה ביאלא, אינעם גרויסן "בית וויזניץ" זאל אין בני ברק, בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין בני ברק איידער דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין אויסלאנד אויף אפרוה, און באשיינט די מעמד אינאיינעם מיט חשובע רבנים, די צוות הישיבה, און די הורי התלמידים.
דער ציל פונעם מעמד איז געווען ארויסצוהייבן די חשובע תלמידי הישיבה, וועלכע האבן זיך געלאזט פארהערן אויף די מסכתות גיטין, קידושין, בבא קמא און בבא בתרא, וואס מען האט געלערנט אין ראם פון די סדרי הישיבה, און אויך אין די פרייע צייט בין הסדרים און במיוחד ערב שבת און שבת קודש, וועלכע כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב פלעגט שטענדיג מעורר זיין די בחורים אויסצונוצן צו לערנען און חזרן די לימודים.
בראשית דבריו ביים מעמד האט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, באדאנקט הנהלת מוסדות וויזניץ, בנשיאות מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלמה, פאר'ן צושטעלן דעם זאל לכבוד התורה ולומדיה.
דער רבי שליט"א האט גאר שטארק משבח געווען די בחורים און מאריך געווען בחיזוק לימוד התורה. בין השיחין רעדנדיג פון די יגיעה און התמדת התורה פונעם טאטן דער ביאלא רבי זצ"ל האט דער רבי שליט"א דערציילט אז זיין פאטער האט אים אמאל געבעטן אראפצושרייבן דעם טעלעפאן-נומער פון שטוב, ווייל מענטשן פרעגן אים אפט דער נומער און ער געדענקט עס נישט אויסנווייניג. ווען דער רבי האט זיך געוואונדערט ווי אזוי זיין טאטן וואס איז כידוע געווען בקי אין מקרא, משנה, גמרא, הלכה, אגדה און ספרי חסידות קען נישט געדענקען א טעלעפאן-נומער, האט דער רבי געענטפערט: "עס איז מיר א שאד צו פארנעמען פלאץ אין מיין קאפ פאר א טעלעפאן-נומער..."
אינצווישן די דרשות איז אויך געהערט געווארן דברי ברכה דורך הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין גרויס התפעלות נאכן פארהערן די בחורים.


















































