שוידערליכע טראגעדיע אין נתני' ווען המקובל הגה"צ רבי עמוס גואטה זצ"ל געשטאכן צום טויט רח"ל
- 1 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט אינדערפרי אין שטאט נתני', ווען איינער פון די חשובע רבנים פון שטאט, הגאון המקובל, חסידא ופרישא, מקרב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, ודחיל חטאין רבי עמוס גואטה זצ"ל איז געשטאכן געווארן צום טויט רח"ל, אין זיין ישיבה אין שכונת נאות הרצל אין נתניה.
הבי עמוס איז געווען צווישן די צדיקים נסתרים אין אונזער דור, זיין לעבן איז געווען איין לאנגע קייט פון מסירות נפש, אהבת ישראל און קירוב רחוקים. זיין בית המדרש און ישיבה, "רבי יצחק חי טייב", על שמו פונעם גרויסן גאון און מקובל רבי יצחק חי טייב זי"ע, מגדולי חכמי און מקובלי תוניס, איז געווען צוציאונגס ארט פאר פילע פארוואנדערטע נשמות און נשברי לב פאר וועם ער דער רב ז"ל האט געזארגט אלע באדערפענישן, און גלייכצייטיג א תל תפליות פאר געהויבענע בני עלי‘ וואס זענען צוגעצויגן געווארן צו זיין געהויבענעם עבודה.
די ישיבה, וואס געפינט זיך אין דער אלט־באוואוינטער נאות הרצל געגנט אין נתניה – א געגנט וואס שטייט קעגן נישט ווייניג געזעלשאפטלעכע און עקאנאמישע שוועריקייטן – האט במשך די יארן געדינט אלס א ווארעמע היים פאר פילע יונגע לייט, וועלכע האבן דארט געפונען חיזוק, הדרכה און א נייעם וועג אין לעבן.
רבי עמוס זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין גרויסער צדקות און פרישות. ער האט כל ימיו געפאסט און זיך מסגף געווען כחד מצדיקי קמאי און און עוסק געווען בתורת הנסתר און תיקונים אלעס אויף א באשיידענעם פארנעם אוועק פון פרסום, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי'.
ער האט כל ימיו געלעבט א באשיידענעם לעבן בהצנע הלכת און הערשט איבער די יארן האט ער אנגעהויבן נתפרסם צו ווערן, ווען אידן פון איבעראל זענען געקומען צו פארן נהנה צו זיין עצה ותושי', און געהאלפן ווערן דורך זיינע ברכות.
היינט אינדערפרי בעת דער רב ז"ל האט עוסק געווען אין זיין עבודת הקודש אין ישיבה, איז א פארשוין צוגעקומען צו אים און אים געשטאכן רח"ל צום טויט, טראץ אלע באמיאונגען דורך די הצלה לייט און דאקטוירים אין די לניאדא שפיטאל, איז דער רב זצ"ל ליידער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא פון די שווערע וואונדן ה"י, זייענדיג אלט 75 יאר.
די שרעקליכע טראגעדיע האט אויפגעשאקלט די גאנצע אידישע וועלט, און בפרט די תושבים אין נתני' און זיינע פילע חסידים און אנהענגער איבער די וועלט.
קורצליך נאך די שטעכעריי אטאקע האט די פאליציי באוויזן צו לייגן א האנט אויף די געזוכטע פארשוין און האבן געעפנט א העפטיגע אויספארשונג צו דערגיין זיינע מאטיוון.
די מסע הלוויה וועט פארקומען אום 1:00 מיטאג אויפן בית החיים ותיקין אין נתני' וואו ער וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים.





תגובות