האד' מסאטמאר אראפגעשטעלט נייע "שלוה בודזשעט" פאר חתונות אין קרית יואל ביי כינוס ראשי העיר ועסקנע קרית יואל
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין
גאר א היסטארישע אסיפה איז דעם מאנטאג נאכט פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו עס זענען געלאדנט געווארן אריבער 150 געסט, אריינגערעכנט די רבני העיר, ראשי המוסדות, נגידים בעם, עסקנים פון די חתונה קאמיסיע, די אנפירער פון די חתונה זאלן און חתונה געשעפטן, די ממונים פון אלע קופות הצדקה און אלע בתי מדרשים איבער די שטאט, און אויך פון די ישיבה גדולה וואס פארטיילן גרויסע סכומים ביים חתונה מאכן, און די גמ"ח'ן וואס פארבארגן גרויס געלט, וואס די אלע ארבעטן אויף דעם זעלבן ציל צו פארגרינגערן דאס חתונה מאכן מיט וואס נאר מעגליך.
באותו מעמד איז אוועקגעשטעלט געווארן דער "שלוה חתונה בודזשעט" רעוואלוציע, וואס וועט איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אן ענדע צו דער חתונה קריזיס און ערמעגליכן צו חתונה מאכן פארן שטוינענד ביליגן פרייז פון בלויז "פערציג טויזנט דאלאר".
דער דורכברוך קומט נאך לענגערע חדשים פון צונויפזאמלען דאטא און פאקטישע נומערן וויפיל יעדע הוצאה דארף קאסטן, און נאך מערערע פראיעקטן אריינצוברענגען פרישע סטאנדארטן און פילצאליגע סערוויסעס פאר גאר ביליגע פרייזן. איצט איז דער פראיעקט פארענדיגט געווארן בשלימות און איז אוועקגעשטעלט געווארן אלס דער נייער סטאנדארט אין קרית יואל, צו די פרייד פון אלע תושבי העיר.
ביי דער אסיפה איז געהערט געווארן גאר שטארקע דיבורים דורך הגה״צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט אדרעסירט דעם דראמאטישן ווענדפונקט אין די מערכה אראפצוברענגען חתונה הוצאות, ווען עס ווערט היינט נאכט פארגעשריבן דער נייער גליקליכער רעאליטעט פאר קרית יואל'ער מחותנים.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען די פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער גענעראל בראש המחנה אין דער מערכה פון חתונה הוצאות, וואס ווי באקאנט האט דער רבי מייסד געווען די חתונה תקנות בשנת תשס"ח, וואס האט געטוישט די גאנצע אידישע וועלט ווען עס קומט צו הוצאות החתונה, און א דאנק דעם געשפארט פאר כלל ישראל שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן.
דער רבי האט בתוך דבריו אנגעוויזן אויף דעם פאקט אז קרית יואל שטייט פאראויס אין דער מערכה און ווייזט דאס וועג פאר כלל ישראל, ווען די כינור דוד חתונה זאל, און בקרוב מיט די צווייטע נייע זאל אין די נייע בית רחל, די ווארט־תנאים זאלן און די שבע־ברכות זאלן אין רבינ'ס הויז, זענען אלע די ביליגסטע וואס עס איז נאר פארהאן אין די וועלט.
מחיל אל חיל ווערט יעצט איינגעפעדעמט דער ביליגסטער "חתונה בודזשעט", וואס איז שוין אויספרובירט געווארן דורך צענדליגער מחותנים אין די לעצטע דריי־און־א־פערטל יאר מיט אן אומגלויבליכער הצלחה.
דער רבי האט גאר ווארעם געוואונטשן פאר אלע וואס נעמען נאר א חלק דערין, זאגנדיג אז עס וועט זיי זיין גוט בזה ובבא.
דערנאך האט דער רבי געשאנקען א הערליכע מתנה פאר די צוויי הויפט פיאנירן, די עסקנים ר׳ יעקב אלי׳ רייזמאן און ר׳ בנציון זאלדאן, וועלכע געבן זיך אוועק יום ולילה די פארגאנגענע 18 יאר אראפצוברענגען די אומגעהויערע חתונה קאסטן וואס רוב מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן, און האבן שוין געשפארט פאר תושבי קרית יואל, שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן, און נאר א דאנק זיי האלט מען דא בס"ד, ווען מען האט דערגרייכט אזא היסטארישן דורכברוך.
דאן איז פארגעקומען דער מעמד קביעת מזוזה אויף די צוויי שפאגל נייע פראכטפולע ווארט־תנאים זאלן, וואס וועלן קאסטן א שפאט־ביליגן פרייז פון בלויז טויזנט דאלאר, וואס צוזאמען מיט די פריערדיגע שטייען יעצט גרייט פיר זאלן פארן ציבור, וואס טוט געבן די מעגליכקייט צו מאכן א ווארט־תנאים תיכף אין די 24 שעה פון שידוך שליסן, וואס דאס אליין טוט פארשפארן עטליכע טויזנט דאלאר פאר די מחותנים.
אזוי אויך ווערן שוין די זאלן גענוצט פאר די בארימטע מכובד שבע ברכות, וואו מ'קען האבן א גאנצע שבת שבע ברכות פאר אונטער 3000 דאלאר, און פארמאגט שוין קרוב צו הונדערט רעזערוואציעס פאר שבת שבע ברכות אין די קומענדיגע חדשים.
דער רבי שליט"א און הגה"צ דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א האבן געקלאפט מזוזות. אויך האבן די נדיבים בעם, וועלכע האבן בייגעשטייערט פילאנטראפישע סכומים צו קענען אויפבויען די זאלן, געהאט די זכיה צו קובע זיין א מזוזה.
די אסיפה איז געשלאסן געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען אלע אישי הציבור האבן זיך פאראייניגט צו באפעסטיגן דעם נייעם חתונה סטאנדארט, וואס האט שוין אויפגעראכטן צענדליגער מחותנים און וועט בעז״ה זיין די לאנג־ערווארטעטע ישועה פאר טויזנטער מחותנים אין די קומענדיגע יארן, שפארנדיג מיליאנען אין אומנויטיגע הוצאות.



























































