מלכות'דיגע שבע ברכות בשמחת בית צאנז און אפצייכענונג פון זעכציגסטן יובל זינט גרינדונג פון מוסדות צאנז בני ברק
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
א מלכות'דיגע שמחת שבע ברכות לרגל די שמחה הגדולה בחצר הקודש צאנז איז אפגעראכטן געווארן אין שטאט חולון קאמבאנירט מיטן מעמד "בנין לדורות" אפצייכנענדיג דעם זעכציגסטן יובל זינט די גרינדונג פון די מוסדות הקדושים אין שטאט בני ברק דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.
נאך תפילת מעריב האט מען מקבל געווען פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און זיך געוואשן צום סעודה. אין לויף פונעם מעמד האט מען געהערט הארציגע חרוזין דורך די ילדי חן פון תלמוד תורה "דרכי אבות" אין בני ברק, וועלכע האבן דערמאנט די הייליגע טרערן און תפילות וואס דער שפע חיים זי"ע האט פארגאסן פאר די הצלחה פון די שטאט און אירע תושבים.
אין לויף פונעם אוונט איז מיט גרויס פרייד געמאלדן געווארן איבער די גרינדונג פונעם נייעם בית החינוך לבנות "בנות צאנז בית חיה נחמה", וואס וועט טראגן דעם נאמען פון די רעבעצין אמה של מלכות ע"ה, באזונדער האט דער מעיאר ר' חנוך זייבארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה איבער די הצלחה פון די צאנזער מוסדות אין בני ברק, און אויך מבשר געווען איבער דעם אויפבוי פון א נייע בנין פאר די ישיבה לצעירים "שפע חיים" אין בני ברק, בנוסף צום בית חינוך לבנות צאנז ההולך ונבנה אין שטאט, דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א תעודת הוקרה פארן מעיאר כאות הוקרה אויף אלע זיינע פעולות לטובה להצלחת הקהילה.
א ווארימע דרשה איז געהערט געווארן פונעם רב הקהילה הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א רב חסידי צאנז אין בני ברק חתנא דבי נשיאה, און באזונדער האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אבד"ק לעלוב וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע מסירות נפש פונעם רבי'ן זצ"ל פארן כלל און דעם פרט, און אפעלירט צום ציבור אראפצונעמען דעם עול פונעם רבי'ן שליט"א און שטיין לימינם פון די געטרייע עסקנים בהחזקת המוסדות.
א באזונדערע התרגשות איז געווען ווען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, א פעטער מצד החתן, איז ערשינען צו די שמחה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז בני ברק, און דער רבי האט געזאגט ברכה אחריתא, צום שלוס זענען די פילע תורמים, "עמודי הזהב", אריבער באקומען א מטבע של ברכה פונעם רבי'ן שליט"א.



























