top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת הכרת הטוב פאר עסקני מוסדות יטב לב בשעלוב שמחת ש"ב לכבוד הרב חיים שלמה פישער משב"ק האד' מסאטמאר

  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י שטיין

אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב פאר די הונדערטער סאטמארער עסקנים וועלכע האבן עוסק געווען במצוה בעת די לעצטיגע "שלוחי רבינו" קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארץ הקודש, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון דעם איש המעש הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו יד ימינו ומשמש בקודש ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, לרגל די חתונה פון בתו הכלה למזל"ט.


די מעמד איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום וואו גאר א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט, באגלייט מיט הערליכע דרשות און רייכע פרקי שירה וזמרה, אנגעפירט דורך די סאטמארער קאפעליע אין שפיץ פונעם בעל מנגן נפלא ר' אייזיק האניג הי"ו.


דער מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך דעם ידען נפלא ופה מפיק מרגלית הרה''ח ר' אלחנן וואלף פריעדמאן הי"ו, וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים געהאלטן דעם ציבור געשפאנט במשך דעם אוונט.


לכבוד שמחת חתן וכלה האט מהנה געווען דער מגיד מישרים הרה''ג רבי אברהם מרדכי מלאך שליט''א מיט זיינע דברי פי חכם חן און דברי בדחנות, וואס דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט.


באזונדער איז געהערט געווארן א דרשה דורכן בעל שמחה הרב חיים שלמה פישער הי"ו בשבח פון די חשובע נאספים די עסקנים וועלכע האבן אריינגעברענגט סכומים הגונים פון די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל, באגלייט מיט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים מהקודש פנימה וואס ער האט מיטגעטיילט מיטן ציבור הנאספים.


קורצליך דערויף איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ערשינען צום מעמד. מען האט ממשיך געווען די פרקי שירה וזמרה און דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א העכסט אינטערסאנטע שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו', וואו הר"ר אלחנן וואלף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט די שאלות און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט געענפערט בטוב טעם, און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פונעם פעטער הרה''ק מסאטמאר זי"ע פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט און מיטגעלעבט במשך השנים.


בתוך הדברים האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהילה קדושה ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב, און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו - חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א - מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים.


צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב, און פארלאזט די מעמד.



bottom of page