top of page
שיינע רבי'שע חתונה במעונו פון האד' מקאפיטשניץ פארגעקומען אין בארא פארק
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN אין בארא פארק איז די וואך געפראוועט געווארן די שיינע רבישע חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' שלמה חיים פלינטנשטיין שליט"א אבד"ק קאפיטשניץ סטעטן איילענד, איידעם ביי הגה"צ ר' מיכל ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים לייב דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק חליסה שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טאשנאד שליט"א, די


שארפע מחאה דורך הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שערי תפילה קעגן אנטי-טראמפ בילבארד אין מאנסי
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן דורך הגאון המפורסם רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, אבד"ק שערי תפילה מאנסי, וועלכער האט ביי זיין וועכנטליכע שיעור זיך באצויגן צו א לעצטיגע ערשיינונג וואס האט פאסירט אין מאנסי וואו אומ'אחריות'דיגע אידן האבן אויפגעהאנגען א גרויסע בילבארד מיט לויזונגען קעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, צוליב פארשידענע פאליטישע טענות אמבאלאנגט זיינע באציאונגען מיט מדינת ישראל. דער רב שליט''א ארויסגעברענגט א


שמחה כפולה: חגיגת הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין ישיבה קטנה ישועות משה וויזניץ אין לאנדאן
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שמחת וחדוות התורה האבן חסידי וויזניץ תושבי עיר הבירה לאנדאן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולן בנין הישיבה קטנה 'ישועות משה' וויזניץ אין שטאט, ווען בראש עם קודש באשיינט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געקומען צופארן צו באשיינען דעם מעמד. די שמחה האט זיך אנגעהויבן זונטאג ביינאכט ווען דער רבי שליט"א איז תיכף נאכן אנקומען אין שטאט, צוגעפארן צום שטוב פונעם נדבן הנגיד החסיד ר


בשורה טובה: המקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א זיך ערוועקט נאך לענגערע וואכן על ערש דווי
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שבח והודאה צום בורא רפואות איז היינט אנגעקומען די פרייליכע בשורה פון טבריה אמבאלאנגט דעם געזונט־צושטאנד ביים מקובל הגאון הצדיק רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א לרפואה שלמה, וועלכער איז שוין לאנגע וואכן מוטל על ערש דווי אין א שווערע געזונט־צושטאנד. נאך א לענגערע תקופה וואס דער מקובל איז געווען פארשלאפט ל"ע, האט ער היינט, בחסדי שמים, זיך ערוועקט און אפילו קאמיוניקירט מיט זיינע נאנטע. ווי די מקורבים געבן איבער האט דער מקובל גערע


טויזנטער תלמידי ישיבת מיר וועלן ארויסגיין פראטעסטירן קעגן ארעסט פון תלמיד הישיבה
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישע מעלדונג איז היינט ארויסגעגעבן געווארן דורך די הנהלה פון דער גרעסטער ישיבה אויף דער וועלט, ישיבת מיר אין ירושלים, איבער א מעכטיגע עצרת מחאה וואס איז געפלאנט אויף קומענדיגן זונטאג ביי וועלכן אלע טויזענטער בחורי הישיבה ואברכי הכוללים וועלן אינאיינעם ארויסגיין מוחה זיין איבער די ארעסט פון א בחור מתלמידי הישיבה. נאך א זיצונג וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע שעה'ן צווישן דעם ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט


גרויסן כינוס חסידי סאטמאר אין מאנטריאל וסיום מסכת שבת במסגרת חבורת "תורתך שעשועי"
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די געהויבענע ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט מאנטריאל איס געקומען צום קלימאקס ביים גרויסן מעמד "כינוס עדת חסידי סאטמאר תושבי קאנאדא" וואס האט צונויפגעברענגט דעם גאנצן ציבור חסידים ומלכם בראשם דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט משמיע געווען מאמרותיו בנעימים מיט דברי חיזוק והדרכה פאר עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז געווען א שמחה כפולה ומכופלת, ווען מען האט אפגעגעבן שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמי


שמחה כפולה אין סלונים: שמחת החתונה פון נכד האד' מסלונים אפגעראכטן בשבח והודאה להשי"ת
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות וחדוות הנפש האבן חסידי סלונים דעם דינסטאג מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יעקב שמשון ברזובסקי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם וואגאווסקי שליט"א מחשובי חסידי סלונים. די חתונה האט געטראגן א באזונדערע באדייט ווען מען האט אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים נאכדעם וואס דער חתן דנן האט זיך בחסדי השם אינגאנצ


קרית יואל: שמחת החתונה בבית הרב חיים שלמה פישער משב"ק ואיש אמונו פון האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין דעם זונטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א באשיינט די שמחת החתונה פון הכלה טאכטער פון איש אמונו דער משמש בקודש הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, מיטן חתן מיטן חתן א זון פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב אין קרית יואל, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד אין קרית יואל. די רבי האט מסדר קידושין געוועהן ביים חופה אין שפעטער באנאכט נאך מעריב צוריקקומען צו די זאלן פ


ביקור חיזוק אין "פאנאמא סיטי" דורכן אורח הדגול הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א הויפט רב פון רוסלאנד
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די אידישע געמיינדע אין פאנאמא סיטי, וועלכע געפינט זיך אין צענטראל אמעריקא, האבן פארלאפענעם וואך מקבל געווען פני כבודו פון הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א דער הויפט רב אין רוסלאנד, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר עטליכע טעג, אריינגערעכנט א געהויבענעם שבת, צו באזוכן און דערהייבן די ארטיגע קהילה. די באזוך איז ארגאניזירט געווארן דורך "כולל תורה פאנאמא", והעומד בראשה הגאון רבי מנחם מענדל שוחט שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו


חתנא דבי נשיאה: עצרת הספד אין חצה"ק בוהוש ככלות השבעה צו די פטירה פון הרה"צ ר' חיים דוב האלפרין זצ"ל
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דינסטאג איז פארגעקומען די צענטראלער עצרת הספד אינעם קלויז הגדול דחסידי בוהוש, ככלות ימי השבעה נאך די הסתלקות לשמי מרום בדמי ימיו פון בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל, רב ביהמ"ד וואסלוי, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א , וואו הונדערטער חסידים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען דעם שווערן בראך וואס האט באטראפן די משפחה הרוממה. בראש המסובים האבן באש


פראכטפולע שבע ברכות און מעמד הכרת הטוב פאר תומכי "אחים לשמחה" דחסידי צאנז ביים שבע ברכות אין רבינס הויף
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין צווישן די שיינע מסיבות שבע ברכות מידי לילה בלילה בחצר הקודש צאנז, איז געווען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם מפעל "אחים לשמחה" בחצר הקודש צאנז, וואס שטייט לימינם פון חתנים וכלות און העלפן מחותנים בעת שמחתם כדי יעדער זאל קענען חתונה מאכן מיט א רואיגקייט. עס האבן מיסב געווען די גרויסע תומכי המפעל וואס האבן זיך יעצט אונטערגענומען פרישע שטיצע, און אזוי אויך פילע געסט פון אויסלאנד וואס א גרויס


הערליכע מעמד סיום מסכת בבא בתרא בקרב ק"ק תולדות אהרן בראשות האד' מתולדות אהרן ורבני הקהילה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN א הערליכער און רייכער מעמד סיום מסכתות אויף די מסכתא "בבא בתרא" איז פארלאפענע וואך פארגעקומען בקרב ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מען האט מסיים געווען די גרויסע מסכתא "בבא בתרא" במסגרת דעם קביעות'דיגן לימוד התורה וואס ווערט געלערנט בצוותא חדא דורך בני הקהילה. דער מעמד איז פארגעקומען אין דעם גרויסן בית המדרש פון תולדות אהרן, וואו ביי שיין געדעקטע טישן איז צוגעשטעלט געווארן א מכובד'יגע סעודה לכבודה ש


קהל תולדות משה אין בית שמש אפגעהאלטן כינוס חיזוק בראשות האד' מתולדות משה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי קודש האבן חסידי ואוהדי תולדות משה אין בית שמש זוכה געווען צו א געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך משתתף צו זיין ביי א כינוס חיזוק און התעוררות פאר בני הקהילה אין שטאט, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט צו הערן דברי חיזוק און הדרכה פון רבי'ן שליט"א. צווישן די משתתפים איז אויך געווען דער סגן ראש העיר הרב חנוך דרנגר, וועלכער איז באקאנט מיט זיין עסקנות לטובת הקהילה אין בית שמש.


שמחת הווארט לרגל שידוך שליסן פון אייניקל ביי האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיט די חתן א זון פון זיין שוואגער הרב מנחם מענדיל פרענקל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אהרן פרענקל שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, און איידעם ביי הגה"צ ר' דו


לעגענדארע גראמער און בדחן בעולם החסידות הרה"ח ר' בצלאל הכהן דים ז"ל נפטר געווארן
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם לעגאנדארן משמח אלוקים ואנשים דער באקאנטער בדחן הרה"ח ר' בצלאל אלתר הכהן דים ז"ל פון בני ברק, וועלכער איז געווען באקאנט אלס איינער פון די בארימטע גראמערס און בדחנים אין דער חסיד'ישער וועלט, און איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע. דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן אין אמעריקע צו זיין פאטער הרה"ח ר' מא


מעמד קביעת מזוזה פארגעקומען אין די נייע אפיסעס פון "מיינדסעט" קאמבאנירט מיט סיום ששה סדרי משנה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע מעמד איז פארגעקומען אין די נייע אפטיילונג פון די "מיינדסעט לידערשיפ גראופ", וועלכע האט זיך נארוואס פארברייטערט מיטן צוהעלפן און באגלייטן נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, ישיבות, קהילות און מוסדות הקדושים מיט וויכטיגע אקטיוויטעטן און געניטע סטראטעגיעס, וואס פלעגט ביז לעצטענס אנגיין אונטערן נאמען "ציבור פרא קאנסאלטינג" פאר עטליכע יארן, און האט זיך ערווארבן א שטארקע באזע פון די גאר אנערקענסטע פון אלע שיכטן און קרייזן איבער די ג


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק משכנות הרועים
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן היינט אינדערפרי האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מחשובי האדמורי"ם פונעם ישוב הישן אין ירושלים. דער רך הנולד איז א זון פונעם רבינ'ס אייניקל, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא זייבאלד שליט"א, א זון פון הרה"צ ר' שלמה צדוק זייבאלד שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד אלטשטאט שליט"א, און איידעם ביים רבינ'ס זון הרה"צ


חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל אונטערן רושם פון קורצע ביקור המרומם פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א יו"ט'דיגע שטימונג האט די וואך געהערשט צווישן עדת חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל, במשך די ימי הביקור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געקומען צו פארן אויף א באזוך בקרב עדת תלמידיו וחסידיו תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין מאנטרעאל לרגל דעם גמר המקח פון דעם נייעם גיגאנטשין בנין פאר די סאטמארער תלמוד תורה אין די שטאט, ווען דערביי האט מען די זכי' מקבל צו זיין חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א


שוד ושבר: האברך ר' עקיבא ראנד ע"ה מחשובי חסידי טשערנאביל טראגיש פארשינטן אין קאר עקסידענט אין מאלדאווע
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שור ושבר בגבולנו: חסידי טשערנאביל און גאנץ כלל ישראל, זענען טיף אויפגעטרייסלט געווארן מיט'ן ערהאלטן די ביטערע נייעס איבער די טראגישע פטירה פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ע"ה, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז טראגיש פארשניטן געווארן בדמי ימיו נאכן זיין פארמישט אין אן ערנסטע קאר עקסידענט אין דער שטאט קעשענוב, מאלדאווע. די שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אין די צייט וואס א גרויסע פמליא טשערנאבילער חסידים געפונען זיך


מסע הקודש פון האד' מטשערנאביל קיין קעשינוב, מאלאדווע לעצט מינוטיג אפגערופן צוליב חולשה ביים רבי'ן
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגע טויש אין פלאן איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א נישט ארויסגעפארן צום געפלאנטער נסיעה קיין קעשענוב, מאלדאווע, צוליב א שטארקע חולשה וואס האט באפאלן דעם רבי'ן אין די לעצטע טעג. די נסיעה איז געווען באשטימט אויף היינטיגן מיטוואך פרשת חקת-בלק, צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, וואו דער רבי האט געזאלט צום ערשטן מאל פוקד זיין מקום מנוחת קדשו, וואס איז אין די לעצטע יארן איבערגעפרישט און רענאוואירט


bottom of page
