לעגענדארע גראמער און בדחן בעולם החסידות הרה"ח ר' בצלאל הכהן דים ז"ל נפטר געווארן
- 24 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם לעגאנדארן משמח אלוקים ואנשים דער באקאנטער בדחן הרה"ח ר' בצלאל אלתר הכהן דים ז"ל פון בני ברק, וועלכער איז געווען באקאנט אלס איינער פון די בארימטע גראמערס און בדחנים אין דער חסיד'ישער וועלט, און איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע.
דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן אין אמעריקע צו זיין פאטער הרה"ח ר' מאיר דים ז"ל וואס איז געווען א מונקאטשער חסיד פונדערהיים און זעלבסט עוסק געווען אין בדחנות, א זון פון הרה"ח המפורסם ר' הערש אלימך דים ז"ל וואס איז געווען פון דער משמש בקודש ביי הרה''ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
שוין אין זיינע יונגע יארן האט ער אנגעהויבן זיך באשעפטיגן מיט בדחנות און גראמען זייענדיג א תלמיד פונעם באקאנטן חסידישן בדחן ר' חיים מענדל מערמעלשטיין ז"ל, און ספעציעל שפעטער ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל איז ער געווען צווישן די גאר פאפולערע בדחנים ביים היימישן ציבור, און איבער דרייסיג יאר האט ער זיך אוועקגעגעבן מיט לייב-און-לעבן צו משמח זיין אידישע קינדער. זיינע ווערטלעך און גראמען זענען שטענדיג געווען געפלאכטן מיט דברי תורה, מדרשים, און הערליכע מליצות און מאמרי חז"ל, וואס האבן ארויסגעוויזן זיין ידיעת התורה.
ביי זיינע פילע אויפטריטן, בפרט ביי שבע ברכות, פלעגט ער מיט זיין אייגנארטיגן חן און איידעלע כאראקטער אריינברענגען א שמחה'דיגע אטמאספערע, במשך השנים האט געהאט א באזונדערע זכי' צו משמח זיין פילע גדולי ישראל און אדמו"רים, און פלעג מהנה זיין על שולחן מלכים ביי שמחות און אנדערע געלעגהנייטן.
צווישן די פילע חצרות הקודש איז ר' בצלאל איז געווען אן אפטע גאסט אין די הויפן פון וויזניץ, צאנז, נדבורנא, ביאלא, דאראג, קאליב, אלכסנדר, שומרי אמונים, שבט הלוי, און ביי גאב"ד מאקאווא צו וועם ער איז כל ימיו געווען אדוק ומקושר.
אין זיינע לעצטע טעג האבן פילע רבנים און אדמור"ים חשובים באזוכט זיין קראנקן-בעט. צווישן זיי איז געווען הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א, רב ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אים מבקר חולה געווען געציילטע טעג צוריק זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל.
ער לאזט איבער זיין רעביצין תחי', און א חשובע שטוב מיט קינדער און איידעמער זרע ברך ה'.
די לויה וועט ארויסגיין היינט, מיטוואך, 10:15 ביינאכט, פון ביהמ"ד מונקאטש אויף רחוב אור החיים אין בני ברק, און וועט דורכגיין ביהמ"ד מאקאווא אויף רחוב רבינו תם, דערנאך ביים ביהמ"ד סאטמאר אין שיכון סאטמאר, און פון דארט צום בית החיים אין אלעד, וואו ער וועט קומען למנוחת עולמים.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.





תגובות