שיינע רבי'שע חתונה במעונו פון האד' מקאפיטשניץ פארגעקומען אין בארא פארק
- לפני 12 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
אין בארא פארק איז די וואך געפראוועט געווארן די שיינע רבישע חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' שלמה חיים פלינטנשטיין שליט"א אבד"ק קאפיטשניץ סטעטן איילענד, איידעם ביי הגה"צ ר' מיכל ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים לייב דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק חליסה שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טאשנאד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל תפארת מרדכי אין בארא פארק.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אב"ד חליסה שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ ר' מיכל ראטענבערג שליט"א מקאסאני, און ברכה אחריתא דער זיידע מצד הכלה, דער רבי שליט"א.
במשך די חתונה האבן זיך דורכגעדרייט פילע אידן, חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען אפגעבן ברכת מזל טוב פאר'ן רבין שליט"א און די אנדערע זיידעס און מחותנים, וראשם האבן זיך אנגעזען מערערע אדמו"רים ורבנים, צווישן זיי כ"ק האדמו"רים מסערדאהעלי, וויען, קאפיטשניץ פון בארא פארק, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, סקאליע, הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייער, רב דחסידי באיאן אין אמעריקע בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מבאיאן, און באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע רבני סטעטן איילענד.
נאכן בענטשן האט דער גראמער, הרב ישראל שפירא פון די חשוב'ע תושבים אין סטעטן איילענד, אויפגערופן די זיידעס און מחותנים צום מצוה טאנץ, אנגעהויבן מיט'ן געהויבענעם זיידן, דער קאפיטשניצער רבי שליט"א, וועלכער האט כדרכו אראפגעלייגט א פייערדיגע עבודה ביי די מצוה ריקודים. דערנאך האט מען אויפגערופן די אנדערע זיידעס, הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א, הגה"צ אב"ד חליסה שליט"א, הגה"צ ר' מיכל ראטענבערג שליט"א מקאסאני, און די מחותנים משני הצדדים.





























