top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה: המקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א זיך ערוועקט נאך לענגערע וואכן על ערש דווי

  • לפני 27 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א שבח והודאה צום בורא רפואות איז היינט אנגעקומען די פרייליכע בשורה פון טבריה אמבאלאנגט דעם געזונט־צושטאנד ביים מקובל הגאון הצדיק רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א לרפואה שלמה, וועלכער איז שוין לאנגע וואכן מוטל על ערש דווי אין א שווערע געזונט־צושטאנד.


נאך א לענגערע תקופה וואס דער מקובל איז געווען פארשלאפט ל"ע, האט ער היינט, בחסדי שמים, זיך ערוועקט און אפילו קאמיוניקירט מיט זיינע נאנטע. ווי די מקורבים געבן איבער האט דער מקובל גערעדט בלויז איינציגע ווערטער, אבער דאס ווערט באטראכט ביי די דאקטוירים אלס א גאר וויכטיגע אנטוויקלונג אין זיין ערהוילונגס פראצעדור.


שפעטער אין טאג איז אנגעקומען אינעם ריהעב שפיטאל, הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א רב שכונת רמת אלחנן, צו מקיים זיין מצוות ביקור חולים ביי זיין איידעם דער מקובל וועלכער האט זיך אנגעשטרענגט און געשאקלט מיטן קאפ לכבודו. דער רב שליט"א האט זיך אינטערעסירט ביי די בני המשפחה און דאקטוירים איבער די פארשריט אין זיין געזונט־צושטאנד, און מחזק געווען דער מקובל מיט טרעפליכע דברי התחזקות.


טראץ די דערפרייענדע אנטוויקלונגען בלייבט דער מצב נאך אלץ ערנסט, און דער רב איז נאך אנגעוויזן אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען, אידישע קינדער זענען ווייטער משפלל פאר הגאון רבי חזקיהו דוב בן שושנה בתוך שאר חולי ישראל.

bottom of page