top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה אין סלונים: שמחת החתונה פון נכד האד' מסלונים אפגעראכטן בשבח והודאה להשי"ת

  • 25 ביוני
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט התרוממות וחדוות הנפש האבן חסידי סלונים דעם דינסטאג מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יעקב שמשון ברזובסקי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם וואגאווסקי שליט"א מחשובי חסידי סלונים. די חתונה האט געטראגן א באזונדערע באדייט ווען מען האט אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים נאכדעם וואס דער חתן דנן האט זיך בחסדי השם אינגאנצן ערהוילט נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע ביז צוויי יאר צוריק און האט אצינד זוכה געווען צו גיין אונטער די חופה אין א גוטע שעה.


דורכאויס די גאנצע שמחה איז דער רבי שליט"א געווען איינגעהילט אין אן אויסערגעווענליכע שמחה עצומה, קוועלנדיג בנהירו דאנפין אין אזא פרייליכער זמן פון הלל והודאה.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד הקבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול אין ירושלים. בשעת די קבלת פנים איז צוגעקומען שלוחא דרבנן ר' מאיר פרוש צו ערהאלטן ברכת קדשו פונעם רבי'ן לקראת דעם גרויסן קאר פיקעטינג דעמאנסטראציע וואס איז פארגעקומען אויף צומארגנס קעגן די ביטערע גזירת הגיוס.


ביים מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מסדר קידושין געווען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער רבינ'ס שוואגער הגאון ר' ישראל לוריא שליט"א מרבני הקהילה, און די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן דער פעטער כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט''א און הרה"צ ר' יצחק ברזובסקי שליט''א א ברודער פונעם רבי'ן, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.


עס האט נאכגעפאלגט מיטן סעודת החתונה ברוב פאר והדר. בשעת די שמחה האט דער רבי, שלא כהרגלו, געוואונטשן א לענגערע ברכת הקודש פאר זיין זון דער מחותן און פאר כל הקהל הקודש, און האט אליין מעודד געווען די ניגונים מיט א שטארקן התלהבות. דער הויכפונקט איז געווען ווען דער רבי שליט"א איז ארויס אין א ריקוד מיטן חתן טאנצנדיג פאר לענגערע מינוטן, נישט לויט זיין געווענליכע שטייגער אין די לעצטע יארן זייענדיג אפגעוושאכט.


א באזונדערע התרגשות איז געווען ווען מען האט געזינגען דעם ניגון 'ארוממך ה' כי דיליתנו', וואס איז געזינגען געווארן אין די תקופה פון די שווערע פרשה פון עמנואל וואס האט געפלאגט די סלונימער קהילה און האט בשעתו אויפגעשאקלט גאנץ כלל ישראל, שטייענדיג גענוי דרייצן יאר שפעטער, און באזונדער האט עס געהאט א משמעות שטייענדיג אין סאמע ברען פון דעם פרישן קאמפ פון די גזירת הגיוס וואס פלאגט דאס יהדות החרדית.


במשך די חתונה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האדמורי"ם מקאסוב וויזניץ, דזיקוב וויזניץ און שידלובצא, אזוי אויך הגה"צ רבי אהרן בראנסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית, הגאון רבי יוסף צאלער ראש ישיבת סאדיגורא, און באזונדער כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וואס האט ספעציעל מקדים געווען זיין נסיעה קיין ארץ ישראל לכבוד די שמחה בבית ידיד נעוריו הרה"צ רבי יעקב שמשון שליט''א און איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס. 


נאכן בענטשן איז דער רבי שליט"א צוגעטראטן צום מצווה טאנץ מיט גרויס דערהויבנקייט כבימים מקדם, און באזונדער געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, ביז קרוב צו צען אזייגער אויפדערנאכט, פיל שפעטער וואו די געווענליכע סדרי השמחה ביי די אנדערע חתונות אין הויף.


איידערן פארלאזן דעם ביהמ"ד האט דער רבי משמיע געווען ברכת קדשו לכל העם הנאספים און מען האט דאן ממשיך געווען מיט די ריקודין לכבוד שמחת חתן און דערנאך די מצווה טאנץ פון די זיידעס מחותנים און קרובי המשפחה.


נעכטן מיטוואך למחרת החתונה האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א ספעציעלע שבע ברכות אינעם זאל שע"י ביתו נאווה קודש וואס האט געדינט אלס א פריוואטע סעודת הודאה פאר די משפחת המלוכה, דער רבי שליט"א איז געזעסן איבער א שעה צייט מיט די גאנצע משפחת המלוכה וואס זענען געווען אנגעטון בבגדי שבת לכבוד די גרויסע שמחה, און מען האט ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני שבח והודאה אויף אלע גרויסע חסדים.



תגובות


bottom of page