שארפע מחאה דורך הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שערי תפילה קעגן אנטי-טראמפ בילבארד אין מאנסי
- לפני 24 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן דורך הגאון המפורסם רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, אבד"ק שערי תפילה מאנסי, וועלכער האט ביי זיין וועכנטליכע שיעור זיך באצויגן צו א לעצטיגע ערשיינונג וואס האט פאסירט אין מאנסי וואו אומ'אחריות'דיגע אידן האבן אויפגעהאנגען א גרויסע בילבארד מיט לויזונגען קעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, צוליב פארשידענע פאליטישע טענות אמבאלאנגט זיינע באציאונגען מיט מדינת ישראל.
דער רב שליט''א ארויסגעברענגט אז די הפקר יונגען, האבן פארגעסן דעם יסוד אז יעדער פירער אפילו א נידריגער פארשין ווערט באשטימט פון הימל, ווי חז"ל לערנען אונז אז "אפילו ריש גרגרותא מן שמיא מנו ליה".
דער רב האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די וואס האלטן זיך בארעכטיגט צו מבזה זיין כבוד מלכות, און ציטירט די משנה "הוי מתפלל בשלומה של מלכות".
דער רב שליט"א האט מסביר געווען אז דער שורש פון דעם פראבלעם ליגט אין דעם וואס מענטשן האבן זיך צופיל פארלאזט אויף א בשר ודם, און יעצט ווען דער אייבערשטער, וואס "לב מלכים ושרים ביד ה'", האט צוגעפירט אז די סיטואציע האט זיך עטוואס געטוישט, שפירן זיי אז זיי האבן נישט אויף וואס זיך צו פארלאזן און דעריבער ברענגט דאס צו די מעשים אשר לא יעשו. א איד טאר זיך נישט פארלאזן אויף פאליטיקאנטן און זייערע באשלוסן, ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.

