top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תלמידי ישיבת מיר וועלן ארויסגיין פראטעסטירן קעגן ארעסט פון תלמיד הישיבה

  • לפני 29 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א דראמאטישע מעלדונג איז היינט ארויסגעגעבן געווארן דורך די הנהלה פון דער גרעסטער ישיבה אויף דער וועלט, ישיבת מיר אין ירושלים, איבער א מעכטיגע עצרת מחאה וואס איז געפלאנט אויף קומענדיגן זונטאג ביי וועלכן אלע טויזענטער בחורי הישיבה ואברכי הכוללים וועלן אינאיינעם ארויסגיין מוחה זיין איבער די ארעסט פון א בחור מתלמידי הישיבה.


נאך א זיצונג וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע שעה'ן צווישן דעם ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א מיט די גדולי וזקני הדור, מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דב לאנדא שליט"א און מרן הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, איז באשלאסן געווארן די דראסטישע החלטה, צו אפהאלטן א מאסיווע עצרת מחאה אויף די גאסן פון ירושלים,  אין א בחינה פון "הוציאו תיבה לרחובה של עיר",   מרעיש צו זיין עולם ומלואו קעגן די ביטערע רדיפת הדת וועלכע לאזט נישט נאך דורך די רשעות'דיגע ציוניסטישע רעגירונג.


לויטן פלאן, וועט דעם קומענדיגן זונטאג, אום 12:15 פארמיטאג, אפגעשטעלט ווערן דער קול התורה אין אלע בתי מדרשים און היכלי הלימוד פון ישיבת מיר, און טויזנטער בחורים און אברכים וועלן אינאיינעם שווארץ מאכן די גאסן פון ירושלים ביים ריזן עצרת מחאה וזעקה בפלטרין של מלך.


די עצרת וועט פארקומען ביים ככר זוועהיל לענגאוס דעם שמואל הנביא גאס, אין שפיץ פון די ראשי הישיבה שליט"א און נאך גדולי תורה. די עצרת וועט זיך ענדיגן פונקטליך אום 1:00 אזייגער נאכמיטאג, ענדע פונעם ערשטן סדר אין ישיבה.


צוליב די ערווארטעטע מאסן, האט די פאליציי געמאלדן אז די גאנצע אומגעגנט וועט זיין פארשלאסן פאר פארקער.עס ווערן ערווארטעט גאר שווערע טראפיק לענגאוס דעם גאנצן שמואל הנביא גאס און אלע ארומיגע געגנטער.

bottom of page