top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל: שמחת החתונה בבית הרב חיים שלמה פישער משב"ק ואיש אמונו פון האד' מסאטמאר

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

דעם זונטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א באשיינט די שמחת החתונה פון הכלה טאכטער פון איש אמונו דער משמש בקודש הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, מיטן חתן מיטן חתן א זון פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב אין קרית יואל, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד אין קרית יואל.


די רבי האט מסדר קידושין געוועהן ביים חופה אין שפעטער באנאכט נאך מעריב צוריקקומען צו די זאלן פון כינור דוד צום שמחת החתונה וואו דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.


ביי די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער ראשי קהילות, עסקנים, און כלל טוהער ווועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט'ן חשובן גבאי'ן בעת שמחתו, אלס הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת הכלל, זייענדיג דער מוליך ומביא מן הקודש פנימה ביים רבי'ן שליט''א צו די חסידים און עמך בית ישראל.


נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיטן גבאי'ן ר' חיים שלמה ובני משפחתו.



bottom of page