top of page
הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות במעון תורתו אין ירושלים, הגאון האדיר רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט דער פוסק הדור דערציילט פון זיינע זכרונות ווען הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט באזוכט אין שטוב פון זיין פאטער הגאון רבי אשר שטערנבוך זצ"ל אין לאנדאן. ביים ענדע פו


גרויסע נסים אין אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ווען טייל פונעם דאך איז איינגעפאלן; בחסדי ה' קיין געשעדיגטע
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויסע ניסים האט נעכטן נאכמיטאג פאסירט אינעם בנין ביהמ"ד הישן אין שיכון סקווירא, ווען טייל פון די ווייבער שוהל דאך אויף דרום זייט העכער איינע פון די דאווענען שטיבלעך איז פלוצלינג איינגעפאלן, בניסי ניסים האט זיך קיינער נישט געפינען אונטערן דאך. הצלה וואלונטירן וועלכע זענען אין איילעניש אנגעקומען צום ארט האבן באשטעטיגט אז עס איז נישטא געשעדיגטע בחסדי שמים, און אצינד ווארט מען אז די ענדזישנירן זאלן קומען באקוקן די שאדנס און זיכער מ


בפרוס ימי הרחמים והרצון: האד' מוויזניץ לאנדאן פוקד געווען ציון הק' אין אתרא קדישא מירון
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם זונטאג אויפדערנאכט כחצות הלילה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון, זייענדיג אונטערוועגנס צום לופטפעלד נאכ'ן פארוויילן די לעצטע צוויי וואכן אין ארצינו הקדושה אויף אפרוה. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מירון באגלייט דורך א גרויסע עדה חסידים, און איז בחרדת קודש אריין אינעם מערה וואו דער רבי האט זיך געשטעלט ביים ציון הקדוש און אנגעהויבן ספר רביעי בהשתפכות הנפ


ובהיכלו כולו אומר כבוד: שווערע טויזנטער תושבי ארה"ק ביי היסטארישע "היכלות" פארשטעלונג אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר היסטארישע טעג איז אריבער אויף תושבי ארה"ק וואס האבן באלאגערט די 'בניני האומה' קאמפלעקס אין ירושלים ביים ערשטמאליגן "היכלות" פארשטעלונג וואס האט צונויפגעברענגט אן אומאפשטעלבארער שטראם פון שווערע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען לחזות בנועם הצדיקים, די זעלטענע זכי' צו זען פונדערנאנט די אומשאצבארע חפצי קודש און כתבי ידות פון צדיקי הדורות שרפי מעלה מאורי החסידות, און פילצאליגע גאר זעלטענע אנטיק חפצים פון טויזנטער יארן צוריק נאך


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער און גאר זעלטענער באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, ווען מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער בין הזמנים טעג אין ירושלים אויף אפרוה, איז געקומען באזוכן דעם רב שליט"א, נאכדעם וואס די צוויי גדולי ישראל קרבניטי היהדות החרדית האבן קיינמאל פריער נישט באזוכט איינער דעם אנדערן. במשך דער באזוך וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין די אי


חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל וועלן זיך אריבערציען צו די קוט. סט. לוק געגענט בגלילות העיר
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער תקופה ווען דירות פרייזן אין מאנטריאל איז שטארק געשטיגן און פילע תושבי העיר ציען זיך אריבער צו די קוט. סט. לוק, וואס געפונט זיך צוואנציג מינוט ארויס פון די היימישע געגענט, האבן עטליכע עסקנים פון די סאטמארער קהילה אין מאנטריאל זיך פארבינדן קיין קרית יואל צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנצופרעגן את המעשה אשר יעשון, צי עס איז א ריכטיגער געדאנק פאר די בני הקהילה אין מאנטריאל זיך אריבערצוציען צום נייעם געגנט אין קוט. סט.


בשנה הששית: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בצל בנו האד' מסאדיגורא
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות דקדושה האבן חסידי סאדיגורא אפגעצייכנט די זעקסטע יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצוק"ל, בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. בשעת אלע תפילות אין טאג פונעם יארצייט איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען-שטוב צו די קדישים. נאך שחרית האט דער רבי אנגעצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט דורכאויס דעם יאר אין ביהמ"ד לטובת נשמתו פונעם רבי'ן זצ"ל, און דערנאך מעריך געווען א שולח


שמחת השבע ברכות בבית המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב אין ירושלים | גאלעריע
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:JDN דעם אנהייב וואך איז אין ירושלים עיר הקודש פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די שמחת הנישואין פון החתן, זון פון המשפיע הגה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, מיט די כלה, אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א. במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען האדמו"רים מלעלוב ניקלשבורג, פינסק קארלין, לעלוב, סקולען ירושלים, לעלוב בראנוביץ, הגאון ר' שמעון יצחק שלעזינגער חבר הבד"ץ, און הרה"ג ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א א


האד' מקאסוב צוגאסט אין עיה"ק ירושלים דורכאויס די זומער כמסורת אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אנגעקומען קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי שליט"א וועט פארוויילן במשך די זומער וואכן למנוחת הנפש, אזוי ווי עס האט זיך געפירט אביו הגדול, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וועלכער פלעג אויסנוצן די זומער וואכן צו זיין עוסק בתורה ובעבודה, משלים זיין זיינע שיעורים בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, און דערמיט מזכה זיין די תושבי ארץ הקודש זיך צו מסתופף זיין בצלו, מיטצוה


פרייליכער הכנסת ספר תורה אין קרית ויואל משה מאנטיסעלא לע"נ הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און חדוותא דאורייתא האבן הונדערטער חסידי סאטמאר זומער-תושבים אויף די קעטסקיל בערג מיטגעהאלטן דער פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן בתוככי קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא (איחוד קאנטרי), געשריבן געווארן מיט א פאראייניגונג דורך אלע תושבי הקריה לזכרו הבהיר פונעם אומפארגעסליכן דיין, הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה מיום הווסדה, וועלכער איז פלוצים נסתלק געווארן בדמי ימיו און זיין זכרו


גמר המקח געשלאסן אין מאנטריאל פון בנין רחבת ידים פאר בליענדע וויזניצער מוסדות בנשיאות האד' מוויזניץ מאנטריאל
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין מאנטריאל האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם גמר המקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין רחבת ידים, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די בליענדע וויזניצער מוסדות אין די שטאט בראשות ונשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א. די וויזשניצער מוסדות אין מאנטרעאל האבן זיך קונה געווען דעם כתר שם טוב מיט די געוואלדיגע כחות וואס מען לייגט כסדר אריין פאר די הצלחה פון די תלמידים, און במשך די לעצ


האד' מאמשינוב פוקד געווען ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן בית החיים העתיק אין טבריה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מאנטאג באשמורת הבוקר איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם עלטער זיידן הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה, לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן נעכטן זונטאג י"ט מנחם אב. אום 5:00 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין בית וגן ירושלים, נאך די לאנג-פארצויגענע עבודה פון שבת קודש. נאך א יובל שנים וואס דער ר


ערשטמאליגער ״שידוכים פארזאמלונג - לאמיר ברעכן טעלער״ פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי,JDN פארלאפענעם וואך מיטוואך ביום חמשה עשר באב, איז אפגעהאלטן געווארן אן ערשטמאליגער ״שידוכים פארזאמלונג" מיטן נאמען לאמיר ברעכן טעלער, פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר, אלס טייל פון די פעולות צו לינדערן דעם שידוכים-קריזיס און ברענגען א ישועה און אויפרעכטונג פאר טויזנטער משפחות פון וועלכע קוקן ארויס אויפגעראכטן צו ווערן. א ריי זעלטענע פייערדיגע דרשות זענען געהערט געווארן, אַ תורה׳דיגער בליק פון הרה״ג


גרויס התעוררות ביי הילולא פון הרה"ק ר' לוי יצחק שניאורסאהן זצ"ל פאטער פון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין ווייטן קאזאכסטאן
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מאסן לויבאוויטשער חסידים פון איבער די גאנצע וועלט האבן אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם גרויסן צדיק ומקובל הגה"צ רבי לוי יצחק שניאורסאהן זצוק"ל, אב"ד יקטרינוסלב און פאטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל, צו דעם צוויי און אכציגסטן יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם מאנטאג ראה כ' מנחם-אב. די וועגן וואס פירן קיין אלמא-אטא אינעם אראבישן לאנד קאזאכסטאן זענען געווען פול מיט הונדערטער און טויזנטער אידן וואס האבן זיך געלאזט אויפן ו


יארצייט טיש בחצר הקודש פינסק קארלין צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זי"ע
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אפ"ק,JDN פארלאפענע וואך חמשה עשר באב, האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זי"ע, צווישן די חשובע משתתפים ביים טיש איז געווען כ"ק אדמו"ר מלעלוב בר אילן שליט"א. דער פינסק קארלינער רבי, א ידיד בית אבא, זייענדיג להבדיל בין חיים לחיים גאר א נאנטער ידיד פון דעם רבינ'ס פאטער כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, האט גאר ווארעם אויפגענומען דעם רבי'ן און


יערליכער באזוך דורך האד' מסאטמאר אין "מחנה בית רחל"; מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם ביהמ"ד אין קאנטרי נעבן קעמפ
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידות הבית רחל דורכאויס די זומער וואכן, די באזוך אין קעמפ האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידות און בפרט די דברות קודש ודברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געווען. אנקומענדיג אין די מיידל קעמפ, מחנה בית רחל, איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן אינעם נייעם פראכ


באשיידענע מעמד קבלת פנים פאר אסירי ציון אין לשכת הבד"ץ העדה החרדית אין ירושלים עיה"ק
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד "קבלת פנים" איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם לשכת הבית דין צדק פון העדה החרדית אין די בניני זופניק בעיר הקודש ירושלים לכבודם פון א צאל חשובע אסירי ציון מבני ישוב הישן, וועלכע זענען געזעצן איינגעשפארט פאר לאנגע וואכן אינעם פינסטערן מיליטערישן טורמע צוליב זייער עקשנות דקדושה אנטקעגן די גזירת הגיוס. די חשובע אברכים מקדשי השם זענען ארויפגעקומען צום לשכת הבד"ץ כדי צו ערהאלטן די ברכת הקודש פון די שרי התורה חברי


נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פו


אלפי חסידים מיטגעהאלטן שמחת החתונה אין הויפן פון סקווירא און ראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ברגשי גיל וחדוה האבן טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פון אן אור-אייניקל פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ערשטע אייניקל ביי חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג רבי פנחס אהרן גאלדמאן שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי משה זאב מייזליש שליט"א אב"ד אוהעל מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שלי


גדולי ישראל געשריבן אותיות אין אייגנארטיגע ספר תורה געשאנקן פאר אידישע ביליאנער אלבערטא ספרא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א סעריע מעמדים צום בר מצווה פון א זון פונעם בראזיליאנער ביליאנער און תומך ומוקיר תורה אלבערטא סאפרא מגדולי תומכי תורה בדורנו. די רייכע מעמדים האבן צוזאמברענגט גדולי ישראל, עסקנים און מנהלי המוסדות וועלכע געניסן פון זיינע ברייטהארציגע שטענדיגע שטיצע. צווישן די געשאנקן צום בר מצווה איז געווען א גאר מהודר׳דיגע ספר תורה וואס הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט''א ראש ישיבת עטרת שלמה האט געלאזט שרייבן לכבודו


bottom of page
