בית צדיקים יעמוד: אלפי חסידי באבוב 45 מיטגעלעבט געהויבענע חתונה בחצר הקודש
- לפני 14 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
בקול רנה וישועה איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן די געהויבענע שמחה בחצר הקודש באבוב-45, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די פייערליכע שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה, אן אייניקל פונעם רבינ'ס ברודער הגה"צ רבי שלום גרשון אונגער שליט"א אבד"ק זאבנא, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. די שמחה הרוממה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק.
מבעוד יום איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען מיט'ן חתן און די שושבינון מביתו נאווה קודש, און א גרויסער ציבור חסידים האט באגלייט מיט געזאנג ביז צום ביהמ"ד הגדול כנהוג. דאן האט זיך אנגעהויבן דער מעמד קבלת פנים בשירה וזמרה מיט ניגוני התעוררות באגלייט דורך מקהלת "ציון" פון בחורי חמד, ווען איינער פון די תלמידי המתיבתא האט פארגעזינגען הארציגע גראמען לעורר הלבבות, און די הונדערטער בחורים האבן געהאט די זכיה דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב אל מול פני הקודש.
ביים קבלת פנים האט זיך אנגעזען די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, וועמען דער רבי האט אויפגענומען ביותרת הכבוד. דער עלטער-פעטער הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, ווען אלס עדים האבן אונטערגעשריבן העסקן הנמרץ ר' משה מארגארעטן יושב ראש ארגון צדק, און הרה"ח ר' חיים שלמה גאלדמאן מראשי ק"ק באבוב-45 אין לאנדאן. דערנאך איז דער רבי ארויס צום מעמד הבאדעקן אין די "לעגעסי" זאלן, און שפעטער צוריק אינעם ביהמ"ד וואו דער רבי האט אנגעטוהן פארן חתן די מלבושי קודש, אריינגערעכנט דעם הייליגן ירושה-קאפל פונעם צאנזער רב און שינאווער רב זי"ע.
מיט גרויס התעוררות איז מען ארויס צום מעמד החופה פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול ברחובה של עיר, וואו מען האט געזינגען ניגוני דביקות פאר א לענגערע צייט. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער-פעטער הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן דער זיידע האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, הרה"צ רבי אלטר ישראל ווייס שליט"א, דער פעטער הרה"צ רבי יעקב זינגער שליט"א מאלכסנדר, דער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, און הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער רבי שליט"א, וועלכער האט דערנאך משמיע געווען ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, נאכגעפאלגט מיט א געהויבענעם מחול לצדיקים.
נאך תפילת מנחה בביתו נאווה קודש איז דער רבי צוגעפארן צום יחוד שטוב אין די לעגעסי זאלן וואונטשן מזל טוב פארן חתן וכלה, און שפעטער ערשינען צום שמחת החתונה אינעם ביהמ"ד הגדול לקול תרועת השמחה פון די אלפי החסידים, דער רבי האט זיף ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט מחותנו האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און דערנאך א פייערדיגע ריקוד מיט זיין ברודער און מחותן הגה"צ אב"ד זאבנא שליט"א און מיט די אנדערע זיידעס און מחותנים.
דורכאויס די שמחה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי דער עלטער-פעטער משני הצדדים כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בארא פארק שליט"א, הגה"צ דומ"ץ טאהש בארא פארק שליט"א, האחים האדמורי"ם לבית צאנז גריבוב, און בני האדמורי"ם מסאטמאר און פאפא. א ספעציעלע התרגשות האט געהערשט בשעת די ריקודין של שמחה ווען דער מחותן הרה"צ רבי שלום שליט"א איז געטאנצן מיט די פילצאליגע געסט חברי קהילת באבוב-45 אין לאנדאן וועלכע זענען געקומען צו פארן לכבוד די שמחה.
מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אב"ד זאבנא שליט"א, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הרבנים שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער טאפלטער פעטער הרה"צ רבי וועלוול אנטפאנג שליט"א מדאמבראווא.
נאכן קאזאקן טאנץ כנהוג, האט בדחנא דמלכא הרה"ג רבי צבי אריה ריינהאלד שליט"א אויפגערופן דעם רבי'ן צום עבודת הקודש פון מצוה טאנץ. דער רבי האט געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מיט גרויס דביקות, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודין מיט אן אש קודש וינועו אמות הסיפים. דער רבי איז דערנאך געטאנצן א געהויבענעם ריקוד מיט'ן חתן און מיט זיין זון הרה"צ רבי שלום שליט"א, א באזונדערע ריקוד מיט בן-אחיו און מחותנו הרה"צ רבי חיים אהרן שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחת המלוכה און די פילצאליגע געסט פון לאנדאן. נאכדעם זענען געטאנצן די זיידעס האדמורי"ם והרבנים און די פעטערס, און צום סוף חתן וכלה. די שמחה הרוממה האט זיך געשלאסן ארום 3:00 פארטאגס ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם ניגון "אין כאלוקינו" כנהוג.































































