top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשפיע הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב רעכט אפ סעודת הודאה נאך שווערע עקסידענט אויפן וועג קיין מירון

  • לפני 56 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א דערהויבענע סעודת הודאה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דינסטאג דורך המשפיע הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב, להודות ולהלל על כל הטובה אויף די געוואלדיגע חסדים גלויים אשר שם נפשו בחיים, נאך די שווערע עקסידענט וואס ער איז אריבער דעם אנהייב ווינטער, ערב שבת פרשת תולדות, אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון, ווי ער האט געזאלט דינען אלס 'נואם השבת' ביי די היסטארישע 'שבת מירון' במקהלות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


אין די ספרינטער קאר פונעם משפיע שליט"א זענען מיטגעפארן נאך אכט רייזענדע, אריינגערעכנט צוויי פון זיינע קינדער, ווען אונטערוועגנס קיין אתרא קדישא מירון האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל און האט אריינגעזעצט מיט גרויס קראפט אין א קעגנקומענדע אראבישע קאר.


אין אנהייב האט דער מצב אויסגעקוקט שמאל, זעהנדיג די שווערע שאדנס פון די קאר, למעשה האט זיך ארויסגעוויזן די נסים ונפלאות פונעם אייבערשטן, הגם די אויטא זעלבסט האט געליטן פון א טאטאלע שאדן, און די אראבישע פרוי פון די אנדערע קאר איז אומגעקומען פון די שווערע קראך, דאך איז קיין איין אידישע מיטרייזענדע נישט ערנסט געשעדיגט געווארן דערפון, עטליכע רייזענדע האבן געליטן בלויז מילדע נאכווייען, איינע פון זיי האט געדארפט אדורכגיין א לייכטע אפעראציע אויף די פיס, דער משפיע שליט"א האט טאקע נישט עספיעט אנצוקומען אויף שבת קיין מירון, זייענדיג אויף שבת אין שפיטאל אויף אונטערזיכונגען, און איז ב"ה באפרייט געווארן תיכף נאך שבת.


יעצט בירחא תליתאי שטיייענדיג א האלבע יאר נאך די געוואלדיגע נס הצלה, האט דער משפיע שליט"א אפגעראכטן א "סעודת הודאה" במקהלות עם רב להודות ולהלל אויף די נסים ונפלאות, ס'איז פארגעקומען אין די לעלובער ביהמ"ד אויף רחוב רבי עקיבא אין בני ברק וואו דער משפיע האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים איבער די חובת הודאה להשם יתברך על כל הטוב והחסד אינעם טאג טעגליכן לעבן, ובפרט אויף די אייגענע נס הצלה וואס ער איז אריבער דעם ווינטער.


במשך די סעודת הודאה האט זיך דער משפיע ארויסגעלאזט אין ריקודים נלהבים, און באזונדערע ריקודים מיט זיינע צוויי קינדער וועלכע זענען געווען פארמישט אינעם עקסידענט, און זענען אויך ניצול געווארן בחסדי שמים, און דערביי געטאנצן מיט א פאטשיילע אין די האנט וואו עס האבן זיך נוהג געווען אדמור"י בית לעלוב לדורותיהם.



bottom of page