top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אב"ד ור"מ קראסנא שליט"א באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי המוסדות

  • 4 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מאנטאג האט הגה"צ אב"ד ור"מ קראסנא שליט"א באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, בכדי עולה צו זיין לתורה אינעם היסטארישן ספר תורה פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און גלייכצייטיג מתפלל צו זיין פאר די הצלחה פון די אנגעייענדע מלאכת הבניה פונעם נייעם בנין האדיר והחדש "משכן חוה פעסיל", וועלכע ווערט אצינד געבויט אין מחנה אהל ברוך אין די קעטסקילס.


דער רב שליט"א האט דארט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה; פאר הודו האט דער רב אויפגעטראטן מיט ווארימע דברי התעוררות ארויסברענגענדיג דעם "מה נורא המקום הזה", דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען א ווערעמע שחרית בהתלהבות. נאכן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע פת שחרית פאר די חשובע תלמידים אויבן אינעם הייליגן סאטמארער רבינס שטוב.


דערנאך איז מען אריין בקודש פנימה אינעם הייליגן קוויטל-שטוב, וואו דער רב שליט"א האט ווידער אויפגעטראטן מיט דברות קודש און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים. דערנאך האט הרבני הנגיד רבי משה שמואל זופניק הי"ו ארומגעוויזן דעם רב שליט"א און די תלמידים די גאנצע שטוב און אויסגעשמועסט בפרטי פרטים.



תגובות


bottom of page