top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק נדבת הנגיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו

  • 3 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגאנעם זונטאג איז פארגעקומען א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה בחוצות בארא פארק, פאר די ספר תורה וואס הנגיד החסיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו, מחשובי חסידי מונקאטש, האט מנדב געווען צום ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק.


שוין עטליכע טעג בעפאר די מעמד האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אריינגעשריבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה.


ביים מעמד גופא האט זיך דער רבי שליט"א משתתף געווען ביים תהלוכה אויף די זיבן און פערציגסטע גאס פארנט פון ביהמ"ד וואו דער רבי איז מיט גרויס שמחה געטאנצן מיטן ספר תורה אנגעכאפט מיטן חשוב'ן נדבן הי"ו. אין ביהמ"ד האט מען ממשיך געווען די ריקודין וואו דער רבי האט אפגעראכטן די הקפות מיטן ספר תורה און דערנאך מכבד געווען בניו הרבנים, און דער נדבן ומשפחתו צווישן זיי די קינדער פון הרה"ח ר' משה פערלשטיין ז"ל, צו טאנצן מיט די תורה, ווען חסידים ואנשי מעשה פרייען זיך מיט פון ארום בשמחת התורה.


פאר'ן אריינלייגן דעם ספר תורה אינעם ארון הקודש האט דער רבי צום דריטן מאל געטאנצן מיט די ספר תורה. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט "מזמור לדוד" ביים עמוד, מעוטף בטלית, מיט גרויס התעוררות, און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן הי"ו אריינצולייגן דעם ספר תורה אין ארון הקודש. גלייך דערנאך האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן נדבן ר' יודל הי"ו מיט גרויס התלהבות.


שפעטער ביינאכט האט זיך דער רבי שליט"א משתתף געווען ביי דער סעודת מצוה לגומרה של תורה, וואו ער האט געטרונקען לחיים, אנגעוואונטשן דעם נדבן און זיין גאנצע משפחה, און זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה מתוך שמחה של מצוה.



תגובות


bottom of page