top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם שמחת החתונה אין מאנסי פון נכד הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

  • 4 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

דעם זונטאג איז פארגעקומען אין מאנסי די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר, זון פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי ניו סיטי, זון פון הגה"צ אבד"ק סעמיהאי בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' אהרן ווייס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל חיים ראובן מלאנצוהט זצ"ל.


די שמחה איז באשיינט געווארן דורך די געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער רבי האט באשיינט ביים סעודת החתונה, געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, נאכן טאנצן האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן די כלה כנהוג.



תגובות


bottom of page