ביום שנכפל כי טוב: אנגעהויבן וועכנטליכע קבלת קהל יעדן דינסטאג דורך האד' מדושינסקיא אין שטאט בית שמש
- 3 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס פרייד נעמט ארום די נאנט צו טויזנט משפחות חסידי דושינסקיא תושבי בית שמש מיט'ן אריינגיין אין קראפט די נייע וועכנטליכע זמני כניסה אריינצוגיין לקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער קומט אריין יעדע וואך דינסטאג פון ירושלים קיין בית שמש אויפנעמען די חסידים לעצה ולברכה.
דאס קומט אין א צייט ווען די דושינסקיא קהלה אין בית שמש האט זיך שטארק צואוואקסן בליעה"ר און באשטייט שוין כהיום אלס די גרעסטע צענטער מיט די מערסטע צאל חסידים חסידי דושינסקיא, און כדי צו פארלייכטערן פאר'ן עולם און זיי נישט דארפן מטריח זיין אריינצוקומען קיין ירושלים אריינצוגיין צום רבי'ן, האט דער רבי אונטערגענומען די טירחא דאורחא וטירחא דגברא רבא, צו אפשטאטן א וועכנטליכע באזוך אין בית שמש בקרב חסידיו.
מטעם דעם רבי'נס שטוב איז איינגעשטעלט געווארן א ספעציעלער סדר "קבלת קהל", וואו די חסידים תושבי בית שמש קענען זיך איינשרייבן פון פאראויס, צו קענען אריינגיין צום רבי'ן ביי די וועכנטליכע קבלת קהל יעדן דינסטאג, און דער רבי נעמט אויף אין חדרו הפרטי אינעם צענטראלן ביהמ"ד דחסידי דושינסקיא אין שטאט, אין שכונת רמה ב'.
די נייע זמני כניסה אין בית שמש איז שוין פארגעקומען די לעצטע צוויי דינסטאג'ס און ווערט אויסגענוצט דורך די חסידים מיט גרויס הנאה און צופרידנהייט, און באזונדער האבן די בחורים פון די "ישיבה קטנה מהרי"ם דושינסקיא" אין בית שמש די זכי' אז דער רבי איז מבקר ביהכלם וויילנדיג אין שטאט, נאך וואס דער ישיבה איז סטאנציאנירט אינעם בנין הביהמ"ד אין רמה ב'.





תגובות