הערליכע מסיבת "חומש סעודה" אפגעראכטן אין תלמוד תורה פאפא - בארא פארק בראשות האד' מפאפא
- לפני 58 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב.,JDN
פארלאפאנעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מפאפא שליט''א אנגעקומען צום שטאט בארא פארק וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד החומש סעודה אינעם תלמוד תורה דחסידי פאפא אין שטאט, ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן אינצווישן זיי מחותנו כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען פני הקודש בשירה וזמרה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג בשבח פון ק"ק און מוסדות פאפא אין אלע שטעט, און אירע אומאויפהערליכע בלי אין וואוקס בלי עין הרע, בפרט אין די היזיגע מוסדות אין בארא פארק און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב פאר אלע חתני המקרא, עלטערן אין זיידעס. צום שלוס האט דער רבי פארטיילט א קריאת שמע זאגר'ל פאר אלע קינדער און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה של שמחה.






















