top of page
האחים אדמורי"ם מסאטמאר שליט"א ביי קביעת מזוזה פאר נייע "מטיב האלסעיל גראסערי" אין וויליאמסבורג
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין אינעם נייעם "מטיב האלסעיל געשעפט" אין וויליאמסבורג איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן צוויי גייסטרייכע מעמדי קביעת מזוזה דורך האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א. די נייע מטיב לאקאל אין וויליאמסבורג, שפאנט פאראויס נאכפאלגענדיג די געוואלדיגע דורכברוך פונעם "מטיב גראסערי" וואס אפערירט שוין אין שטאט קרית יואל די לעצטערע פאר יאר, ווי עס ווערט פארקויפט רוב גראסערי פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, ארויסצוהעלפן קינ


היסטארישע מעמד מסירת מתנות כהונה דורך האד' מסאטמאר וועט אפגעראכטן ווערן חוה"מ פסח אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר זענען איינגעהילט אין א זעלטענעם עקסטאז און התרגשות, זיך גרייטנדיג מיטצולעבן דעם מעמד נהדר ומרומם פון מסירת מתנות כהונה, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומעדיגן מאנטאג ג' דחול המועד פסח הבעל"ט, דורכ'ן רועה ישראל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ברוב עם הדרת מלך ובשמחה של מצוה, אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. דער מעמד מסירת מתנות כהונה וועט זיין דער הויכפונקט פונעם יום טוב, ווען קהלא קדישא אלופי אלפ


קביעות מזוזות און ביקור קודש פון האד' מסאטמאר אין די נייע אפיסעס פון RCCS אין קרית יואל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א באזוך און געקלאפט מזוזות אין די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון די בארימטע מוסד 'רופא חולים – RCCS'. דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורכן מייסד ומנהל המוסד הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויפ'ן צענטראלן טיר. דאן איז דער רבי ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ פון די אפיסעס, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען אפטיילונ


קביעת מזוזות אין נייע העריטעדש זילבער געשעפט אין וויליאמסבורג דורך האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג צו די וועכענטליכע זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון העריטידזש זילבער אינעם דאבעליו מאלל אין שטאט, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד החסיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו ביידע מחשובי חסידי סאטמאר. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט


מעמד "טחינת חטים" ערשטמאליג אפגעהאלטן אויף גרעסערן פארנעם דורך האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם דאנערשטאג נאכן פארלערנען די שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל אין קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה וואס איז גענציך ריין פון חמץ, ווי די בחורים זענען די טעג עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט. כמידי שנה בשנה זינט דער רבי שליט"א איז עומד על משמרתו בקודש אלס רב אבדק"ק אין קרית יואל טוט ער מאלן די ווייץ אינאיי


בונים פון נייע מקוה החדש אין ק"ק סאטמאר לינדען הערן טיפזיניגן שיעור בהלכות מקוואות פון האד' מסאטמאר
זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרעסערער צאל נדיבים בעם האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם לענגערן שיעור נפלא בהלכות מקוואות וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען פארלאפענעם מוצש"ק כי תשא, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט במשך נאנט צו אנדערהאלבן שטונדן פארגעשטעלט דעם פונקטליכן סדר פון בויען א מקוה מיט אלע הידורים, וואס איז געווען א זעלטענער איבערלעבעניש פאר די פילצאליגע משתתפים. די משתתפים ביי דעם שיעור זענען געווען די קרואי מועד נדיבים בעם וואס זענען נמ


לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה • ימי משתה ושמחה יום טוב פורים בחצה"ק סאטמאר
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


הרבנית מסאטמאר תליט"א קויפט אפ זכות "שם ההיכל" אין ישיבת דרך התורה דסאטמאר; "היכל ישועות משה"
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש איבערראשענדע נייעס ווערט אויפגענומען צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, איבער די היסטארישע קנין זכות וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט אפגעקויפט אויפן נייעם היכל אין בנין "ישיבת דרך התורה ד'סאטמאר", וואס וועט ווערן אנגערופן "היכל ישועות משה" לשמו ולזכרו פונעם היינטיגן בעל ההילולא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל. די בשורה מרנינה איז געמאלדן געווארן היינט מאנטאג כ' אדר, ווען חתנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א געמי


עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר התומכים פון מוסדות סאטמאר מאנסי אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער א געקליבענער ציבור נגידים ומחזיקים תומכים נלהבים פון די סאטמארער מוסדות אין מאנסי, האבן פארלאפענעם מוצש"ק מיטגעהאלטן דעם רייכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ביי דער געלעגענהייט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם הערליכן בליה און וואוקס פון די שיינע מוסדות. די מסיבה איז איינגערישט געווארן אויף אן עלעגאנטן פארנעם אין די


ווידיאו • יום טוב פורים בחצר הקודש סאטמאר
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט מערכת בצל הקודש


שטארקע דברי מוסר והשקפה געהערט פון האד' מסאטמאר איבער זיך פרייען מיט נצחונות פון ציונים
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר האבן געהערט דעם קול ה' בכח וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען די וואך ביי שלש סעודות איבער די ביטערע נסיונות וואס הויערט אויף דעם יהדות החרדית אין די יעצטיגע שטורמישע טעג, ווי דער רבי האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן אזעלכע וואס פרייען זיך מיט די נצחונות פון די "עגל הציוני", ארויסברענגענדיג דעם שרעקליכן חורבן וואס דאס קען ברענגען אויף כלל ישראל. דער רבי שליט"א האט דערציילט א סיפור וואס ער געדענקט


ששון זו מילה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' כי תשא • י"ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל איז פאריגע וואך פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א זון פון הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א מאלעסק ורב דביהמ"ד אבני צדק וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא


משנים קדמוניות: הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א טרעט אויף מיט דברי בדחנות ביים שושן פורים טיש בחצה"ק סאטמאר
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


ביקור גומלין: האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מבוהוש אין מאנסי
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין שטאט מאנסי לרגל די מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות פונעם נייעם ביהמ"ד לב אהרן דקהל יטב לב ד'סאטמאר איז דער רבי אריבערגעגאנגען אויף א ביקור גומלין צו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א אינעם רבינס אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' יצחק שיף הי"ו. עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות און דער בוהושער רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים.


מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד לב אהרן אין מאנסי
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד לב אהרן אין מאנסי וואס איז דעם שבת געעפענט געווארן לשמחת לב תושבי העיר ובפרט צווישן תושבי שכונת וועסט מעיפל נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו , די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס דער ביהמ"ד איז נקראת על שמו ועל ספריו הקדושים. ביים אנקומען איז דער רבי ארומגעגאנגע


נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט אין קרית יואל באזייטיגט העברעאישע בוכשטאב אויף פארלאנג פון האד' מסאטמאר
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש אין די לעצטערע טעג איז באקאנט געווארן אין קרית יואל איבער א טויש וואס די נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט האט געמאכט מיט'ן טוישן פון "קעטער" צו "כתר", אויף די דירעקטע בקשה פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די נייע כתר געשעפט וואס האט לאקאציעס איבער די היימישע שטעט, האט עטליכע חדשים צוריק געעפנט איר ערשטע לאקאציע אין קרית יואל, אין די נייע "אייקאן" מאלל וואס איז דאס יאר באנייט געווארן אין שטאט. אזוי ביי אלע לאקאציעס האט "כתר" אויך אין קר


מסע התעוררות דורך האד' מסאטמאר לעיר האבות סיגוט צום הילולא פון ק"ז הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע
דינסטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש גאר א געהויבענעם מעת לעת איז אריבער ביים קורצן מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צום עיר האבות סיגוט, וואו עס איז פארווירקליכט געווארן דעם "טוב יום בחצריך" מלא התעוררות והתרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, ביומא דהילולא רבה פונעם הייליגן קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן זונטאג נאכמיטאג ווען דעם רבינ'ס פריוואטן פליגער האט געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד אין ראמעניע, און פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין


ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מאנטשעסטער ענגלאנד | חלק ב'
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש דינסטאג אינדערפרי, דער צווייטער טאג פונעם ביקור המרומם דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מאנטשעסטער, האט דער היכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר געווירבלט מיטן גרויסן ציבור וואס איז געקומען מיטהאלטן תפלת שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א, צוזאמען מיט די פילצאליגע אורחים וואס זענען פארבליבן אויף איבערנאכט. נאכן זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון ב"ג ומחו' הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, האט דער רבי שליט"א געוואונטשן


הרמת קרן התורה: מאנטשעסטער נאך אונטער'ן רושם פון געהויבענעם באזוך דורך האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון תושבי מאנטשעסטער בכלל, און חסידי סאטמאר תושבי העיר בפרט, זענען די טעג נאך אונטערן געהויבענעם רושם נאכן מיטלעבן די געהויבענע טעג בצל הקודש פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א וואס האט אפגעהאלטן א בליץ באזוך אין די שטאט, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג לאנג געדענקט ווערן צווישן די תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולער "היכל התורה" ו


נייעם ביהמ״ד מפואר "לב אהרן" דסאטמאר אין מאנסי ווערט געעפנט היינטיגן שב״ק לשמחת לב תושבי העיר
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש גרויס פרייד הערשט צווישן חסידי סאטמאר אין מאנסי צום פתיחת שערים פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד אין די שטאט ביהמ"ד לב אהרן וואס ווערט דעם שבת געעפענט בשטומ"צ לשמחת לב תושבי העיר ובפרט צווישן תושבי שכונת וועסט מעיפל וועלכע קוקן שוין אזוי לאנג ארויס אויף דעם נייעם ביהמ"ד. דער נייער סאטמארער ביהמ"ד איז געבויט געווארן בנדבת לבם פון די תושבי השכונה אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק סאטמאר מאנסי וועלכע האבן אהערגעשטעלט דע


bottom of page
