נקראים אל המלך: האד' מסאטמאר פאררופט אסיפות עסקנים לקראת אלוועלטליכע קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק
- 4 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין בעפארברייטונג צום אלוועלטליכן קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק האט זיך די היינטיגע וואך אנגעהויבן די קייטן פון די אסיפות "שרי אלפים", וואס ווערן פאררופן דירעקט און פערזענליך דורך'ן מנהיג העדה הקדושה, כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א פאר די שליחי הקודש די עסקנים וואס וועלן זיך מאביליזירן צו שאפן די נדבת הלב צווישן חסידי סאטמאר לטובת דעם קאמפיין.
די ערשטע דערפון איז פארגעקומען דעם מאנטאג ביינאכט אין קרית יואל, און נאכגעפאלגט דעם דינסטאג אוונט אין וויליאמסבורג, ווען צו יעדע אסיפה ווערן גערופן דירעקט פון רבי'נס שטוב געטרייע עסקנים, חשובי פני העדה, וועלכע ווילן ארויסגיין פון וועג אויסצופירן משאת צדיק, לטובת די הייליגע מסודות פון יטב לב אין ארץ ישראל.ביי די די אסיפות האט מען געהערט א רייע דרשות נלהבות מפי הרבנים הגאוה"צ שליט"א, ווען דער הויכפונקט פון זיי איז געווען די דברות קודש וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון מוסדות יטב לב ביי די צדיקים עתי התמרים זי"ע און רצון קדשו אז די מוסד זאל זיך אוועקשטעלן אויף א פעסטע יסוד. ביי די אסיפות האט אויך אויפגעטרעטן העסקן הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט אלע דעטאלן ארום די בעפארשטייענדע קאמפיין.
נאך די אסיפות האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער.































































































































































































תגובות