חזו בני חביבי: דרשת פתיחת זמן הקיץ דורך האד' מסאטמאר לתלמידי המתיבתא
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת זמן החדש, צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה בפרט מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און די זעלבע מיט אלע אנדערע זמני וסדרי הישיבה, און זען נישט אוועצוגיין פון ישיבה נאר לצורך גדול, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין.
כדרכו האט דער רבי איבערגע'חזר'ט די תקנה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע נישט צו דרייוון און נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק אויפגעפאדערט אז א בחור זאל נישט פארמאגן א אייגענע סעלפאון. דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה, און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה, פאר אלע פארזאמלטע רבנן ותלמידיהון.














תגובות