top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה של מצוה: היסטארישער מעמד "מסירת מתנה כהונה" אפגעראכטן דורך האד' מסאטמאר במעמד אלפי ישראל

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.

מיט א שמחה של מצוה האבן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר פארגאנגענעם מאנטאג חול המועד פסח מיטגעהאלטן דעם היסטארישן מעמד "מסירת מתנת כהונה" ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט ברבים מקיים געווען די גרויסע מצוה פון זייענדיג דערביי די געלעגענהייט פאר'ן גאנצן ציבור מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון קיום המצוה וואס קומט זעלטן אויס מקיים צו זיין.


דער מעמד מסירת מתנות כהונה איז געווען דער הויכפונקט פונעם יום טוב, ווען קהלא קדישא אלופי אלפי חסידי סאטמאר, זקנים עם נערים, רבנים, מורי הוראה, בעלי בתים און אברכים פון אלע געגנטער האבן זיך פאראייניגט תחת קורת גג אחד מיצוהאלטן דעם מצוות עשה דאורייתא בכל פרטיה ודקדוקיה.


אין די נאכמיטאג שעות איידער די מעמד איז אריבערגעקומען למעונו פונעם סאטמארער רבי'ן, הגאון הגדול דומ״ץ קרית יואל שליט״א, וואו מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות און ספיקות בנוגע די מעמד.


קורצליך דערויף איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד בהיכל ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה. באלד ביים אנהייב פונעם מעמד איז אפגעראכטן געווארן דעם אייגנארטיגן "מעמד הפיסות", וואס האט געדינט אלס א פתיחתא צום עיקר קיום המצוה, וואו מען אט פראקטיש דורכגעפירט דעם סדר פונעם "פיס" – די גורל פראצעדור וואס איז גענוצט געווארן בזמן שבית המקדש היה קיים צו באשטימען וועלכע כהנים זאלן זוכה זיין צו די עבודה. 


נאכן זינגען פילע ניגוני ביאת המשיח והשתוקקות צו די גאולה השלימה, האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה״ג ר׳ שלמה שבתי קעסטענבוים שליט״א - מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכער האט פארגעשטעלט די סדר הפייסות און ארויפגערופן הני תרי כהני הר״ר אלי׳ שלמה קאהן שליט״א מנל הבית רחל און הרה״ח ר׳ קאפיל שעהנברוין הי״ו אז זיי זאלן זיין די ממונים צו מאכן די גורלות וועלכע כהנים זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די מתנות כהונה פונעם רבי'ן.


הר״ר אלי׳ שלמה שליט״א האט אנגעהויבן מיט די סדר הפייס, ער האט אויסגערופן "בואו והפיסו", און אלע כהנים חברי אהבת קדומים ובעלי בתים חשובים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן באנק און זיך אויסגעשטעלט אין א גאנצע רינג. דערנאך האט הר״ר אלי׳ שלמה שליט״א אראפגענומען די שטריימל פון איינע פון די כהנים, אלס א סימון פון ווי די גורל הייבט זיך אן, און דערנאך צוגעגאנגען צו דער רבי צו באקומען א נומער פארן פייס כמבואר בחז״ל.


דער רבי האט אויסגעקליבן די נומער 180 וואס באטרעפט צען מאל ח"י, און הר״ר אלי׳ שלמה שליט״א האט אדורכגעפירט די פייס צווישן די כהנים מיטן אפציילן יעדנס פינגער און ארומגעגאנגען די רינג עטליכע מאל ביז מען האט דערגרייכט די באשטימטע נומער. אלס זוכה בגורל איז אויסגעקומען הרה״ח ר׳ יעקב יואל כהן הי״ו וועלכער האט מכבד געווען זיין פאטער הר״ר אברהם כהן שליט״א אבד"ק נאסויד קרית יואל צו דינען אלס כהן הזוכה.


דערנאך האט דער צווייטער כהן הרה״ח ר׳ קאפיל הי״ו אדורכגעפירט די צווייטע גורל פאר די כהנים יושבי אוהל. ער איז צוגעגאנגען צום רבי'ן צו באקומען א נומער פארן פייס, און אדורכגעפירט די פייס אויפן זעלבן פארנעם מיטן באשטימטער נומער. אלס זוכה בגורל איז אויסגעקומען ר׳ יואל פריעדמאן הי״ו וועלכער האט מכבד געווען זיין פאטער הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק פריעדמאן הי״ו צו דינען אלס כהן הזוכה.


נאך די מעמד פייסות האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע כהנים וועלכע האבן זוכה געווען אנטיילצונעמען אינעם פייס, אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו מקיים זיין די סדר הפייסות אינעם בית המקדש השלישי, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.


דערנאך האט דער רבי ווידער משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטי המצוה און ארויסגעברענגט אז טראץ לויט כמה שיטות גייט נישט אן בזמן הזה די מצוה פון מתנות כהונה, זאגט אבער דער מחבר אז  “והמחמיר תבא עליו ברכה“. מען האט אריינגעברענגט די מתנות כהונה - די זרוע, לחיים און די קיבה - און עס אראפגעלייגט אויפן טיש אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם רבי'ן.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צווייטע דברות קודש בדברי דרוש בעניני כהונה. מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דריטע דברות קודש ברגש גדול, אז מען גרייט זיך צו מקיים זיין אזא חשוב׳ע מצוה ברוב עם הדרת מלך, און מען גיט אויף דעם א הודאה אויפן עבר און א תפילה אויפן עתיד, מען זאל קענען זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצות ה׳ מתוך שמחה ואהבה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים מתוך בריאות השלימות.


דערנאך האט דער רבי אויסגעשמועסט די שאלות בנוגע די ברכות ביי מסירת מתנות כהונה און די ברכת שהחיינו, און דער רבי איז ארויס לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו כהלכה. דער רבי איז דערנאך צוריק אריינגעקומען און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה מיט גרויס התעוררות.


דערנאך האט מען צוגעטרעטן צו די מעשי המצוה. די כהנים הזוכים בגורל האבן זיך אוועקגעשטעלט אויף די צוויי זייטן, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט א לשם יחוד און געמאכט די ברכה להפריש מתנות אן שם ומלכות, און דערנאך א ברכת שהחיינו בשם ומלכות בהתעוררות רב. דערנאך האבן די כהנים זיך אראפגעזעצט און דער רבי האט איבערגעגעבן די זרוע פארן כהן הר״ר אברהם כהן שליט״א, די לחיים פארן כהן הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק פריעדמאן הי״ו, און די קיבה (אויף וועלכע מען האט נישט געמאכט קיין פייס צוליב וואס מען קען עס נישט עסן) האט דער רבי אויסגעקליבן דער משב״ק הגה״ח ר׳ שמואל הכהן פריעדמאן שליט״א.


דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ בהתרגשות גדול. נאך די לענגערע ריקודין האט דער יו״ר הרה״ג ר׳ שלמה שבתי שליט״א אויסגערופן אז ע״פ בקשתו פונעם רבי'ן וועלן אלע כהנים זיך אויפשטעלן און בענטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און די כהנים האבן געזאגט די גאנצע פרשה פון "וידבר ה׳" ביז "ואני אברכם" אויסצומיידן אלע שאלות.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם גאנצן פארזאמלטן ציבור. דאן זענען אלע אנוועזנדע כהנים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע כהנים א שטיקל פלייש.


אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי ווארעם באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צושטאנד צו ברענגען די מעמד נהדר, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.


תגובות


bottom of page