top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מירון דאמעריקא: רבבות פרייען זיך מיט בשמחת הרשב"י ביי פייערליכער מעמד ההדלקה אין שטאט קרית יואל | ברייטע דעקונג

  • לפני 48 דקות
  • זמן קריאה 5 דקות

פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, ווידער אמאל איז די שטאט קרית יואל פארוואנדלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות פאר רבבות אלפי ישראל וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען פון נאנט און ווייט זיך מיטצופרייען ביי די שמחה הגדולה לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי, ביים מעמד ההדלקה רבתי דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די הכנות צום מעמד האבן זיך שוין אנגעהויבן לאנגע וואכן און חדשים פריער דורך די געטרייע עסקנים פון קהל יטב לב, וועלכע האבן אריינגעלייגט מאסיווע כחות צו מסדר זיין יעדעס קליינער פרט על צד היותר טוב. דאס יאר איז דער שטח ההדלקה נאך מער אויסגעברייטערט געווארן, ארייננעמענדיג דעם גאנצן ריזיגן שטח פונעם בנין מבצר הכוללים ביז נאכן ביהמ"ד הגדול ועד בכלל, כדי צו געבן פלאץ פארן פלייץ פון טויזנטער אידן זיך צו קענען משמח זיין בהרחבה.


איבער הונדערט ספעציפישע שילדן זענען געהאנגען געווארן איבערן גאנצן שטח, אנצווייזן פארן ציבור פונקטליך וואו צו גיין, צי צו די ביה"כ אפטיילונגען, די דאווענען-צענטערן, אדער צו די ערטער זיך צו דערקוויקן דאס הארץ מיט א לייכטע איבערבייס.

ווי אין די פריערדיגע יארן, איז עס ווידעראמאל געווען צום באוואונדערן, ווי דער גאנצער מעמד איז געווען איין שטיק קדושה, ווען דורכאויס דעם גאנצן מעמד איז געווען שטארק זעלטן צו זען א סמארטפאון אין דער עפענטליכקייט, און בכלל ווי דער גאנצער מעמד איז געווען כולו קודש אויסגעהאלטן לויט די גדרי הצניעות והקדושה. עסקנים האבן זיך געדרייט מיט ספעציעלע קארטלעך צו דערמאנען דעם עולם איבער די תקנות העיר.


אין צענטער פונעם מעמד ההדלקה, האט ארויסגעשיינט דער פלאקאט מיט די ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א "ציונות איז אבי אבות הטומאה" איבערגעטייטשט אויך אויף ענגליש, וואס האט ארויסגעברענגט דעם קאנטראסט צו ארץ ישראל וואו מען האט אזא שילד אראפגענומען אין מירון צוליב פאלשע "זיכערהייט אורזאכן", בעת אין קרית יואל האט עס שטאלץ געהאנגען און יעדער האט זיך דערמיט אידענטיפיצירט. אויך זענען געווען שילדן מיט די דברות קודש פונעם רבי'ן נאך די מירונ'ער טראגעדיע, ווארענענדיג קעגן אריינברענגען טומאה אין קודש הקדשים מיט די ווערטער "מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי".


דער טראפיק אינעם שטאט איז געפלאסן רואיג און געלאסן א דאנק די אומגעהויערע כחות פון די עסקנים און ווילידזש באאמטע, ווען א גרויסער ציבור איז געקומען מיט די פובליק טראנספארטאציע און די איבעריגע האבן פארקירט אין די דעזיגנירטע ערטער פון וואו מען איז צוגעפארן מיט שאטעל באסעס.

עין לא תשבע מלראות דעם פרכטפולן בילד פון דעם ריזיגן ציבור יראים ושלמים וואס האט באלאגערט דעם שטח, ווען פילע אידן האבן זיך געשלענגלט נעבן די מערכת המדורה איינצוקויפן דעם זכות פון יציקת שמן און פערזענליך צוגיסן אויל צום פייער וואס וועט שפעטער אויפגעפלאמט ווערן לכבוד התנא האלקי.


מאנטאג נאכמיטאג אין די פריע שעה'ן האט זיך שוין קלאר אנגעזען דער מאסיווער שטראם פון אלפי ישראל וועלכע האבן באלאגערט אלע וועגן און שטעגן אריין קיין קרית יואל. אומגעפער א שעה פאר'ן זמן כניסת היום, איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד. דער רבי איז צוגעגאנגען צו זיין פלאץ אין צענטער פונעם בימת הכבוד, וועלכע איז געווען באזעצט מיט פילע רבנים, אדמורי"ם ודיינים פון אלע קרייזן. אין די ערשטע שעות פונעם מעמד, האט מען פארווירקליכט דעם מאמר חז"ל 'עיקר שירה בפה', ווען מען האט ווי תמיד ביים התחלת המעמד געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, אבער אלעס בלויז בשירה בפה, אן קיין מוזיקאלישע באגלייטונג, זייענדיג נאך איידערן זמן כניסת הלילה, צוליב אבילות ימי הספירה.


די בעלי מנגנים פון די סאטמארער קאפעליע, אין שפיץ פונעם חסידישער בעל מנגן הרה"ח ר' עמרם אקער האבן אנגעפירט די ניגוני התעוררות ודביקות, וואס האט אויפגעשאקלט און מעורר געווען די הערצער מיט אן אש להבת שלהבת. נאך א שטיק צייט פון געהויבענע שירה, האט זיך דער רבי אויפשטעלט משמיע צו זיין די דברות קודש מלהבות אש, וואס האט אנגעצינדן דעם אש קודש אין די צענדליגער טויזנטער הערצער וואס זענען געווען פארזאמלט אויפ'ן פלאץ.


דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, וואס דורך זיין כח האט יעדער איד באשר הוא שם די זכי' צו קענען נתקרב ווערן צום אויבערשטן, צו טון תשובה שלימה, און זיך צו הייבן מיט א כח הקדושה, ובכחו הגדול ווערט נשפע פאר אידישע קינדער א שפע פון התעוררות און התלהבות צום הייליגן באשעפער.


מיט א קול בוכים האט דער רבי שליט"א דערמאנט די פארשידענע ישועות אויף וואס אידן קוקן ארויס אין אזא גרויסן טאג, און עס איז זיכער אז רבי שמעון וואס איז אין די בחינה פון "שבתא דכולא שתא" ווערט אין זיין זכות נשפע דער "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תלין" עס ווערן נשפע ברכות ברוחיות ובגשמיות, פאר תושבי ארה"ק און פאר תושבי חו"ל צוגלייך, ווי חז"ל זאגן ביי רבי שמעון בר יוחאי וחבריו אז "אין מפסיקין לתפלה" אין זיין כח התפלה דערגרייכט צו יעדן איד, אפגעזען אין וועלכן מצב אדער מקום מען געפונט זיך.


במשך די דברות קודש האט מען געזען אידן ביי אלע ווינקלען, שופך שיח מיט א געוואלדיגן התרגשות להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארגעזעצט נאך די דברות קודש ווען מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות מלא רחמים. בפרט האט געריסן די הערצער דער ניגון פון רבי'ן ר' הערש מרימנוב זי"ע ארויפגעפאסט אויף די ווערטער "מדת הרחמים עלינו התגלגלו", ווען מען האט געזען ווי דער רבי איז מתמוגג מבכי, בעטנדיג "שתשים דמעותינו בנאדך להיות".

א קורצע צייט נאכ'ן זמן, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינף אויל ליכט לכבוד התנא אלקי, דער זכות הדלקת הנרות איז אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת ועד החתונה תקנות דקיט"ל בקרית יואל, וועלכע האבן מכבד געווען מיטן זכות הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער אלס הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע נדבה פון פינף מיליאן דאלאר אפצוקויפן דעם זכות פון דעם נייעם ביליגן חתונה זאל פאר תושבי קרית יואל צו קענען חתונה מאכן ביליג לויט די נייע תקנות.


דער הויכפונקט האט זיך דערנענטערט נאך מעריב און די פייערדיגע ספירת העומר דורכ'ן רבי'ן שליט"א ווען דער רבי איז ערשינען ביים גרויסן מערכת האש און געשטאנען פארנט פון די מערכה א לענגערע וויילע מיט א דביקות נפלאה, און מקדים געווען א תפלה חרישית וואס האט יעדן מיטגעצויגן. עס איז געווען א מחזה הוד ווען א רייע גרעסערע נגידים בעם זענען צוגעטרעטן איבערצוגעבן די "כדי שמן של זהב" לידיו פונעם רבי'ן. נאכ'ן אריינגיסן די אויל האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדיבים, און נאך א לענגערע צייט פון תפילות מיט הייסע בכיות האט דער רבי איבערגענומען דעם פייער-פאקל פון הגה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אבדק"ק חאמעלניק בנדבת בנו הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו, און דער רבי האט צוגעטרעטן אנצוצינדן די מדורה, און א לענגערע צייט זיך מתעסק געווען בעבודתו, מרבה צו זיין את האור ביים מדורת אש, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל, וועלכע האבן מיטגעזינגען מיט התרגשות "לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי" בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.


עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי די התלהבות ווערט נאר שטערקער און שטערקער, בשעת דער רבי טאנץ מיט אן אש קודש אהין און צוריק און מעודד די שירות ותשבחות. אינצווישן האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגען פון בעלי בתים, אברכים, בחורים און זקנים וועלכע האבן געטאנצן שלובי יד ביד מיט א געוואלדיגן ברען, ביז ווי דאס אויג האט געקענט זען איז דער גאנצער שטח געווען פול געשטאפט מיט טאנצענדיגע אידן. מען האט געזינגען "אנא עבדא דקודשא בריך הוא" מיט איין שטיק ברען.


ביים הויכפונקט פון די שמחה האט זיך אנגעהויבן דער סדר פון די חאלאקעס, ווען קרוב צו "צוויי הונדערט" יונגע קינדערלעך מתלמידי המוסדות הקדושים, וועלכע זענען דורכאויס די ימי הספירה אנגעקומען צום עלטער פון דריי יאר, זענען אדורך כבני מרון ביים רבי'ן שליט"א. דער רבי האט אפגעשוירן א ביסל פון די האר, אנגעטון פאר די קינדער א קאפל און ציצית און זיי געגעבן ממתקים מיט ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס. דער גאנצער מעמד החאלאקעס האט זיך פארצויגן נאנט צו אנדערטהאלבן שטונדען, בשעת די ריקודין אויפ'ן פלאץ האבן ממשיך געווען מיט אן אומבאשרייבליכן רגש, אזש ס'האט זיך געדאכט ווי דער גאנצער ארום פונעם ביהמ"ד הויבט זיך כטפחיים על פני הארץ לכבוד התנא האלקי.


ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם מעמד, איז דער פילקעפיגער ציבור זיך צעגאנגען מתוך התרוממות, אנגעשעפט מיט פולע עמערס חיזוק און שמחה דקדושה. טראץ דעם ריזיגן ציבור וואס איז געשאצט געווארן בערך ביי 52,000 נפשות בליעה"ר, איז דער טראנספארטאציע פלייץ אהיים געווען וואונדערבאר מסודר א דאנק די ארבעט פון די עסקנים, די "פובליק סעפטי" און די סטעיט פאליציי.



תגובות


bottom of page