top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה ביים ל"ג בעומר טיש צוזאמען מיט מסיבת תנאים פון נכד האד' מסאטמאר

  • 13 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

אלפי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג האבן פארלאפענעם דינסטאג ל"ג בעומר נאכמיטאג מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט לכבוד ל"ג בעומר.


די שמחה איז געווען משולב שמחה בתוך שמחה, צוזאמען מיט די מסיבת התנאים פון אן אייניקל פון רבי'ן שליט"א — החתן בן לבנו הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד ישראל דקהל יטב לב בקרית יואל, עב"ג נכדת אחיו הגה"צ אבד,ק סאטמאר 15 שליט"א, זון פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.


דער טיש איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף הופפער אין וויליאמסבורג, וועלכער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג.


נאכן זיך וואשן צו די סעודה האט מען געצינדן די ליכט און מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות ושמחה.


דער רבי שליט"א האט מסדר געווען דעם שטר תנאים. די ערבי קבלן זענען געווען: הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו. די עדי תנאים: הנגיד ר' שאול פריעדמאן הי"ו און הנגיד ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.


מיט קריאת התנאים האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, און נאכן טעלער-ברעכן האט ער ווארעם געוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און גאנצן ציבור.


מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד לכבוד היום ולכבוד השמחה.


נאכן זינגען די ניגוני ל"ג בעומר האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש בעניני דיומא, און דברי התעוררות ומוסר זיך צו האלטן פעסט קעגן נסיונות הזמן.


בפרט האט ער ארויסגעברענגט דעם ווייטאג איבער די היינטיגע צוגעלאזטע ניגונים און מוזיק ביי חתונות, פון וואס מען דארף זיך האלטן ווייט.


דער רבי שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פונעם שטארקן אויפוואכונג בעניני צניעות, און די הצלחה פון "חבורת יסודי התורה", וואס איז מצליח מרים צו זיין דעם קרן התורה ביים ציבור.


ער האט ווייטער ארומגערעדט בדברי הכנה לחג השבועות, און איבער דעם חיוב פון החזקת מוסדות יטב לב בארה"ק, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.


נאכן דברות קודש האט מען ווידער געטאנצן לכבוד היום, און ביים בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן.


נאכן טיש האט דער רבי שליט"א געדאוונט מעריב, און דערנאך געצינדן ליכט לכבוד די הילולא פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע.



תגובות


bottom of page