top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כְּכָל חֻקַּת הַפֶּסַח: האד מסאטמאר ביים פסח שני טיש מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה ד'סאטמאר וויליאמסבורג

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בהר בחוקתי • ל"ג בעומר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פרייטאג פסח שני איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד אין קרית יואל וואו דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וויליאמסבורג, בהנהלת הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א, דער רבי האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק, דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יום טוב. במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, מיט דברי דרוש לכבוד היום, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים.



bottom of page