top of page
הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו אפגעקויפט זכות פון נייעם תקנות חתונה-זאל אין בנין הבית רחל החדש אין קרית יואל
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין פארלאפענעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק פעדער הי"ו לרפו"ש אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ביי וועלכן בנו הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו פון וויליאמסבורג האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע 'תקנות חתונה זאל' וועלכע ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל, פאר די פאנטאסטישע סומע פון פינף מיליאן דאלער! עס זענען אנוועזנד גע


התרגשות צווישן חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל מקבל פנים צו זיין פני האד' מסאטמאר היינטיגן מאנטאג קרח
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות דקדושה גרייטן זיך תושבי מאנטרעאל, און חסידי סאטמאר תושבי העיר בפרט, מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער וועט מארגן מאנטאג, א' דר"ח תמוז, אנקומען אויף א קורצן בליץ-באזוך לחון את פני העיר. אין די לעצטע וואכן, זינט עס איז באשטימט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען די נסיעה קיין מאנטרעאל, גייען אן די ווירבלענדע הכנות צום ביקור המרומם. די געטרייע עסקנים, חברי הנהלת הקהלה והמוסדות, ליי


היסטארישער באזוך דורך די וועלט'ס גרעסטע עקספערטן אין נירן-איבערפלאנצונג במעון הקודש פון האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' שלח • כ''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה בקודש פנימה, ווען די סאמע גרעסטע דאקטוירים אין דער הינזיכט פון נירן-איבערפלאנצונג האבן באזוכט ביים רבי'ן שליט"א, צו איבערשמועסן דעטאלן אמבאלאנגט דער פיקוח נפש'דיגער פראצעדור פון "נירן איבערפלאנצונג", וועלכע האט שוין געראטעוועט טויזנטער אידן ממות לחיים אין די לעצטערע יארן אונטער די "רינועל"


קדושים תהיו: אלפי חסידי סאטמאר זיך מחזק געווען בענינים הצריכים תיקון ביי כינוס אדיר "שמירה לדורות"
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. בלום א פייער פון התגברות הילט ארום אלפי חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג נאכ'ן כינוס אדיר "שמירה לדורות", וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פאררופן און דערביי אריינגעקומען פון קרית יואל צו אדרעסירן די אסיפהה און אראפשטעלן יסודות'דיגע תקנות קבועות בעניני צניעות, טעכנאלאגיע און קדושת ההבית בכללית. דער וויכטיגער כינוס איז פארגעקומען דעם דינסטאג נאכט אין די עידן פעלעס זאל, וואס איז געווארן פולקאם א


ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין קרית יואל צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג. דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם קרית יואל בלאק וואוט אויף זיין זייט. אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען די חשובע עס


מעמד החומש סעודה פאר אריבער 120 חתני המקרא בליעה"ר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנשטעווסקי נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען א די יערליכע מעמד החומש סעודה פון די תלמידי המוסדות אין שטאט, ביים אנקומען האט דער רבי באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן, ובראשם גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, ד


צווייטער "סאטמארק" ביזנעס עקספאו אפגעראכטן מיט אויסטערלישע הצלחה
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאדלאבערגער, שאט די דאט, משה קליין


שרי המלך: אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ מארטין מארקס באזוכט ביי האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין די וואך מיטוואך האט דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און פון די הויכראנגיגע באאמטע אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל. העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחינו בני ישראל למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בי


שיינעם שמחת החתונה אין מאנסי פון נכד הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין דעם זונטאג איז פארגעקומען אין מאנסי די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר, זון פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי ניו סיטי, זון פון הגה"צ אבד"ק סעמיהאי בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' אהרן ווייס


האד' מסאטמאר ביי קביעות מזוזה אין נייעם "מצילי אש" סטאנציע אין קרית יואל
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין פאלאפענעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א שיינעם מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אין קרית יואל אין שפיץ פון די מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. פריער מוצאי שבת בעת די זמני כניסה אריין בקודש פנימה צום רבי'ן די רבני וחברי הנהלת מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען דעם רבי'ן צום מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע


קרית יואל: האד' מסאטמאר באשיינט ביים שמחת התנאים פונעם משב"ק החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם מאנטאג נשא א' האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם הויז בחור החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אין קרית יואל. דער רבי האט געוואונטשן מזל טוב פארן חשובן חתן און פאר די מחותנים הרה"ג ר' יואל עקשטיין שליט"א און הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו, דערנאך האט די רבי געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און חתן געזאגט די פשעטל וואו מען האט א


גּוֹרַל הַצַּדִּיקִים: היסטארישע ירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע ענדליך צעטיילט צווישן בניו האדמור"ים והרבנים
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גאלדענע אותיות אין דער גלאררייכער היסטאריע פון ממלכת סאטמאר, ווערט איינגעקריצט דער היינטיגער טאג, דאנערשטאג לסדר ״נשא את ראש בני ישראל״, ווען נאך צוויי צענדליג-יאר אחר פטירתו של הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע איז ענדליך צעטיילט געווארן די הייליגע אומשאצבארע ירושה אשר בר״ך מש״ה, מיט די חפצי קודש, בסדר יפה אף נעים, צווישן אלע בני משפחת המלוכה, פרי קודש הילולים, לבית עצי התמרים. דער היינטיגער היסטארישער טאג איז געווען דער


צעקת אש קודש: האד' מסאטמאר רופט ארויס ביטערע געשריי קעגן קליפה איומה פון "עי-איי" אויף טעלעפאנען
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א הייליגע און ביטערע וויי געשריי איז היינט דאנערשטאג אויסגעשריגן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קעגן די שרעקליכע קליפה און נייער יצה"ר פון "עי-איי" אויף די טעלעפאנען, וואס מאכט אן שווערע חורבנות בכרם בית ישראל, ווען די יונגווארג איז געווארן אויסגעשטעלט צו א נייעם נסיון אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. צוליב'ן חומר הנושא און קריטישע וויכטיגקייט ארויסצוקומען פאר'ן גאנצן ציבור, כל קהל עדת סאטמאר, ובפרט די צענדליגער טוי


שיינעם באזוך און קביעת מזוזה דורך האד' מסאטמאר אין ביהמ"ד הגדול והחדש זוועהיל אין מאנסי בנשיאות האד' מזוועהיל
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך בעת כ"ק אד"ר מסאטמאר שליט"א איז געווען צוגאסט אין שטאט מאנסי צו באשיינען די יערליכע דינער לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך און מעמד קביעות מזוזה בבית מדרשו החדש פון כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, חתן גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט ביים פראכטפולן ביהמ"ד, די חדרי התפילה, די אולם השמחות און די מקוה מפוארה. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים


נועדו יחדיו: האד' מטאהש באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' נשא א' • ה' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז פאריגע וואך אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה, האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס הערצה. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע און הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי''ע און נאך סיפורי צדיקים. דער טאהשער רבי האט זיך אויסג


גרויסארטיגן דינער "בכל לב ונפש" לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי געקרוינט מיט גרויס הצלחה
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער הורי מוסדות סאטמאר אין שטאט מאנסי האבן זיך צונויפגענומען בהמוניהם פארגאנגענעם זונטאג צום דינער השנתי "בכל לב ונפש" לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט וועלכע ציילט זיך טויזנטער תלמידים ותלמידות כ"י, ובפרט מיט די פרישע בנינים אדירים וואס מען האט געלאזט בויען פאר די מוסדות וועלכע האבן אריינגעצויגן אין די שווערע מיליאנען. דער מעמד איז פארגעקומען אין די וואלי טעראס זאל און איז באשיינט געווארן דורך די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר


בשורה מרנינה פאר חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל איבער ביקור מרומם דורך האד' מסאטמאר דעם ר"ח תמוז
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א געהויבענע שטימונג הילט איין תושבי מאנטריאל און תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז 'הנה מלכך בא' ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעיטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א וועט בעז"ה אונטערנעמען א קורצע מסע המרומם און ביקור חיזוק אין שטאט מאנטריאל, דעם קומענדיגן ראש חודש תמוז, א באזוך וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר די קהילה קדושה מיט אלע אירע אפטיילונגען. די שטארק אר


להוסיף על העזרות: ריזן באלקאן פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל אריינגענומען אלס א טייל פונעם היכל הביהמ"ד
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר, נאך איידער מ'האט פארענדיגט אפרייניגן דעם גרויסן באדן ארום דעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל פונעם גרויסן מעמד ההדלקה לכבוד היום, האט מען גלייך אנגעהויבן מיט די מאסיווע קאנסטרוקציע־ארבעט, דאס מאל אויפ'ן "פארטש" פונעם היכל הביהמ"ד הגדול, צו קענען ארייננעמען אויך דעם טייל אלס א חלק פונעם ביהמ"ד, אזוי צו קענען צולייגן צום ביהמ"ד נאך הונדערטער זיץ־פלעצער, צו קענען בעזהשי"ת אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס זענען ערו


כדת וכדין: זעלטענע מעמד חליצה אפגעהאלטן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענע מעמד חליצה איז דעם דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, דורכגעפירט כדת וכהלכה פאר א פרוי וואס האט ליידער פארלוירן איר מאן און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל דער רבי רעכט אפ א מעמד חליצה זינט ער האט איבערגענומען דעם כתר האדמור"ות מיט אריבער צוואנציג יאר צוריק. די מעמד איז פארגעקומען אין די צפורי שעות פארן דאווענען אין שפיץ פון א צאל חשובע רבנים


מסיבת לחיים לרגל שידוך שליסן פון החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו משב"ק האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג איז פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל די שמחת התנאים פונעם הויז בחור החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו וועלכער האט געהאט די זכיה די לעצטע צוויי און א האלב יאר משמש צו זיין דעם רבי'ן שליט"א לפני ולפנים מיט א זעלטענע נאמנות. מען האט געזינגן ניגוני שמחה, און עס איז אנטשטאנען א שיינעם שמועס, בין הדברים האט איינע פון די מחותנים ארויפגבערגענט די וואונדערליכע השגחה פרטית ווען די דאזיגע שידוך א


bottom of page
