top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער באזוך דורך די וועלט'ס גרעסטע עקספערטן אין נירן-איבערפלאנצונג במעון הקודש פון האד' מסאטמאר

  • 12 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' שלח • כ''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה בקודש פנימה, ווען די סאמע גרעסטע דאקטוירים אין דער הינזיכט פון נירן-איבערפלאנצונג האבן באזוכט ביים רבי'ן שליט"א, צו איבערשמועסן דעטאלן אמבאלאנגט דער פיקוח נפש'דיגער פראצעדור פון "נירן איבערפלאנצונג", וועלכע האט שוין געראטעוועט טויזנטער אידן ממות לחיים אין די לעצטערע יארן אונטער די "רינועל" ארגאניזאציע.


דער באזוך איז צושטאנד געקומען נאך וואס אין די לעצטערע טעג זענען אנגעקומען צום רבי'ן עטליכע פעלער פון חסידי סאטמאר וועלכע גייען אי"ה באקומען א ניר דורך רינועל, וואס דאס האט געברענגט אז דער רבי שליט"א האט זיך מער אריינגעלייגט אין דער ענין, און די עסקנים פון רינועל זענען אריבערגעקומען צום רבי'ן צו געבן א מער גרינטליכן אריינבליק אין דער פראצעדור.


ביי דער באזוך ביים רבי'ן האט מען פארגעשטעלט סיי איבער דער גרויסער צאל פון אריבער 1500 אידן וועמען רינועל האט שוין געהאלפן אין די לעצטערע יארן, און די דאקטוירים האבן ארויסגעהויבן דעם גאר טייערן און פארגעשריטענעם דאטא-בעיס וואס רינועל האט אויפגעבויט.


דער רבי האט אויסטערליש באוואונדערט די סיסטעם, ער האט אויסגעפרעגט אלע דעטאלן ארום, און שטארק משבח געווען די הייליגע ארבעט צו קענען העלפן אידן.ביי דער ענדע פון דער באזוך האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר די דאקטוירים און פאר די עסקנים פון רינועל.


דער רבי האט אין זיינע ווערטער ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' וואס זיי האבן צו פשוט ראטעווען אידישע לעבנס, הצלת נפשות ממש, און ספעציעל געוואונטשן הצלחה פאר די הויפט דאקטער רעטנאר אין זיין ארבעט.



תגובות


bottom of page