top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים לרגל שידוך שליסן פון החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו משב"ק האד' מסאטמאר

  • 14 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג איז פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל די שמחת התנאים פונעם הויז בחור החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו וועלכער האט געהאט די זכיה די לעצטע צוויי און א האלב יאר משמש צו זיין דעם רבי'ן שליט"א לפני ולפנים מיט א זעלטענע נאמנות. מען האט געזינגן ניגוני שמחה, און עס איז אנטשטאנען א שיינעם שמועס, בין הדברים האט איינע פון די מחותנים ארויפגבערגענט די וואונדערליכע השגחה פרטית ווען די דאזיגע שידוך איז געשלאסן געווארן גענוי ביים פערציגסטן טאג נאך וואס דער הויז בחור האט געגנבעט דעם רבינס אפיקומען ביים סדר נאכט דעם יום טוב פסח און געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים מבטיח זיין א שידוך, ויהי לפלא. דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן די מחותנים ובני משפחה, ובפרט פארן געטרייען משמש דער חתן מיט ברכות לרוב.



תגובות


bottom of page