בשורה מרנינה פאר חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל איבער ביקור מרומם דורך האד' מסאטמאר דעם ר"ח תמוז
- לפני 11 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א געהויבענע שטימונג הילט איין תושבי מאנטריאל און תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז 'הנה מלכך בא' ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעיטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א וועט בעז"ה אונטערנעמען א קורצע מסע המרומם און ביקור חיזוק אין שטאט מאנטריאל, דעם קומענדיגן ראש חודש תמוז, א באזוך וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר די קהילה קדושה מיט אלע אירע אפטיילונגען.
די שטארק ארויסגעקוקטע באזוך פונעם רבי'ן שליט"א ווערט אונטערגענומען לרגל די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם פרעכטיגן בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר "בנין ניישטאדט", וואס איז אפגעקויפט געווארן מיט בלויז געציילטע חדשים צוריק און איז אין די קורצע תקופה דורך א פולשטענדיגע רענאוואציע, אלס פאסיגע אכסניא של תורה פארן תלמוד תורה החדש והמפואר אויף די קומענדיגער יארן, וואו די תלמידים וועלן בעזהשי״ת ווייטער באקומען דעם ערליכן חינוך בדרך ישראל סבא.
די רבי שליט"א וועט זיין צוגאסט אין שטאט דורכאויס מאנטאג און דינסטאג קורח ימי ראש חודש תמוז, אין לויף פון די צוויי טעג וועלן אפגעהאלטן ווערן א רונדע באנקעטן בבתי הנגידים המפוארים לטובת דער גמח המקח פונעם תלמוד תורה געביידע.
די סאמע שפיץ פונעם ביקור המרומם, וועט זיין דער מעמד אדיר ונשגב "מעמד גמר המקח" אינאיינעם מיטן סיום מס' שבת וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון די סאטמארער ש"ס חבורה תורתך שעשועי, וואו מען וועט האבן זכיה צו הערן דעם דבר ה' והדרכת הקודש וואס דער רבי וועט איבערגעגעבן באגלייט מיט הדרכה וחיזוק פאר די חסידים תושבי המקום.


