top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות צווישן חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל מקבל פנים צו זיין פני האד' מסאטמאר היינטיגן מאנטאג קרח

  • לפני 51 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות דקדושה גרייטן זיך תושבי מאנטרעאל, און חסידי סאטמאר תושבי העיר בפרט, מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער וועט מארגן מאנטאג, א' דר"ח תמוז, אנקומען אויף א קורצן בליץ-באזוך לחון את פני העיר.


אין די לעצטע וואכן, זינט עס איז באשטימט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען די נסיעה קיין מאנטרעאל, גייען אן די ווירבלענדע הכנות צום ביקור המרומם. די געטרייע עסקנים, חברי הנהלת הקהלה והמוסדות, לייגן אריין די מאקסימאלסטע כוחות מסדר צו זיין אלע פרטים פון במשך די ימי הביקור, ביי וועלכן דער ציבור עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר וועלן בעזהשי"ת זיך אנשעפן מיט הויפנס פון חיזוק והתחזקות. 


ווי שוין באריכטעט קומט דער רבי שליט"א צו פארן לרגל דעם "גמר המקח" פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין וואס מ'האט מצליח געווען אפצוקויפן אין מאנטרעאל פאר די סאטמארער תלמוד תורה, וואס בליט און וואקסט לשם ולתפארת.


חפץ ה' בידם הצליח אפצוקויפן דעם בנין גדול ומפואר, וואו די ילדי תשב"ר תלמידי המוסדות זענען שוין סטאנציאנירט, מיט גענוג פלאץ צו קענען בעזהשי"ת מרחיב זיין די גבולי הקדושה במשך די קומענדיגע יארן, צו קענען נאכקומען דעם כסדר'דיגן בליה און וואוקס פון די הייליגע תלמוד תורה.


גלייכצייטיג איז געלאזט געווארן אין גאנג דער מאסיווער מגבית "נחלתינו", ביי וועלכן עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר שליסן זיך אן מיט סכומים עצומים לטובת דעם גמר המקח פון דעם נייעם בנין, און די נדיבים בעם, וועלן האבן די זכי' צו קענען אונטערשרייבן פערזענליך די שטרי שותפות מיטן רבי'ן שליט"א,בזמן שהצדיק העיר.


קומענדיגן מאנטאג, אדר"ח תמוז, אין די מיטאג שטונדן, וועט מען האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין פני קדשו פון רבי'ן שליט"א ביים אנקומען אין די שטאט. דער רבי שליט"א וועט צופארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד מוה"ר משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו, מראה"ק ק"ק סאטמאר אין מאנטרעאל.


במשך די צייט וואס דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט, וועט ער באזוכן בבתי נדיבים בעם, נגידים ובעלי בתים חשובים, וואס שפירן פאר א זכי' זיך צו לאזן קאסטן סכומים אדירים פאר דעם נייעם בנין, און וועלן דערביי זוכה זיין מקבל צו זיין מברכותיו של צדיק.


באזונדער וועלן זיין ספעציעל באשטימטע שעות ווען די נדיבים בעם מיט באשטימטע גרעסערע סכומים וועלן זוכה זיין צו קענען אריינגיין בקודש פנימה, אונטערצושרייבן די שטרי שותפות אין דעם נייעם בנין, אויף וואס דער רבי שליט"א וועט מוסיף זיין חתימת יד קדשו און דערביי מאציל זיין מברכותיו פאר די נדיבים בעם מיט ווארעמע ברכות.


מאנטאג אין די מיטאג שטונדן וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן שליט"א דורך די לומדים חשובים פונעם סאטמארער כולל אין מאנטרעאל, וועלכע וועלן דערביי האבן די זכי' צו הערן די דברות קודש, דברי הדרכה ודברי חיזוק פונעם רבי'ן שליט"א.


צומארגנס דינסטאג, בדר"ח, וועלן די תלמידי הישיבה צוזאמען מיט די תלמידים פון די עלטערע כיתות אין די תלמוד תורה זיך צוזאמקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר צו א סדר הלימוד אין די אינדערפרי שעות, און דערביי האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א וועט מיטהאלטן דעם סדר הלימוד כדרכו.


דערנאך וועט מען זיך שטעלן דאווענען תפלת שחרית ביום ראש חודש, וואס וועט זיין דער זמן קהלה לכל, מיטצוהאלטן דעם התלהבות'דיגן תפלת שחרית מיט'ן רבי'ן שליט"א. בפרט ביי אמירת ההלל, צו וועלכן מ'וועט האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א וועט יורד זיין לפני התיבה.


נאך'ן דאווענען וועט אפגעראכטן ווערן דער מסיבת קבלת פנים דורך די ילדי תשב"ר תלמידי המוסדות, ביי וועלכן די תלמידים וועלן מנעים זיין בשיר, און דערביי האבן די זכי' צו הערן די דברות קודש ודברי הדרכה פאר די טייערע תלמידים. באזונדער וועט דער רבי באשיינען די מעמד החומש סעודה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בין כותלי התלמוד תורה.


שפעטער וועט אפגעראכטן ווערן דער ספעציעלער מעמד צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, וועלכע וועלן עקסטער האבן די זכי' צו הערן די ווארעמע דברי הדרכה וחיזוק וואס דער רבי שליט"א וועט פאר זיי משמיע זיין לפי דרגתם.


במשך דעם טאג וועט דער רבי שליט"א אי"ה באזוכן אינעם נייעם בנין התלמוד תורה, און אין אוונט וועט אפגעראכטן ווערן דער גרויסער "כינוס עדת חסידי סאטמאר-קאנאדע" צוזאמען מיט א "סיום מסכת שבת" אין ראם פון חבורת "תורתך שעשועי", ביי וועלכן מ'וועט זיך משמח זיין לכבוד התורה אויף א געהויבענעם שטייגער.


לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דער גיגאנטישער זאל פון "ארמון פלאזא האטעל", וועלכער וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור עדת חסידי סאטמאר תושבי מאנטרעאל און פון אנדערע מקומות, וועלכע וועלן זיך מתוועד זיין כאיש אחד בלב אחד און מיטהאלטן די שעות של קורת רוח ביים רייכן סדר היום פון דעם שיינעם מעמד.



bottom of page