גרויסארטיגן דינער "בכל לב ונפש" לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי געקרוינט מיט גרויס הצלחה
- לפני 32 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער הורי מוסדות סאטמאר אין שטאט מאנסי האבן זיך צונויפגענומען בהמוניהם פארגאנגענעם זונטאג צום דינער השנתי "בכל לב ונפש" לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט וועלכע ציילט זיך טויזנטער תלמידים ותלמידות כ"י, ובפרט מיט די פרישע בנינים אדירים וואס מען האט געלאזט בויען פאר די מוסדות וועלכע האבן אריינגעצויגן אין די שווערע מיליאנען.
דער מעמד איז פארגעקומען אין די וואלי טעראס זאל און איז באשיינט געווארן דורך די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעציעל אריינגעקומען פון קרית יואל לכבוד המאורע.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבן אן, און מיטגעהאלטן די הערליכע פראזענטאציע דורך עטליכע קינדער תלמידי המוסדות.
דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה, בשבח המוסדות און דער פליכט וואס ליגט אויף די הורי המוסדות ארויסצוהעלפן די הנהלת המוסדות צו שלעפן דעם עול.
דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש וואו ער האט צוערשט ארויסגעברענגט אז שטיצן לימוד התורה פון תינוקת של בית רבן איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון די מוסדות אין מאנסי וועלכע שטייגט פון יאר צו יאר בכמות ובאייכות, אלעס אדאנק די שווערע ארבעט פונעם רב שליט"א און די געטרייע הנהלת המוסדות, סיי ביי חינוך הבנים און סיי ביי חינוך הבנות און אויך די ישיבות קטנות, און דערביי מעורר געווען אלע משתתפים צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה און עקסטער ארויסצוהעלפן בויען די פרישע בנינים וואס מען בויעט כסדר.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חסידים און מעורר געווען אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות מיט אלע סארט מענטשן, און מען דארף זיכער מאכן זיך צו האלטן אויף די ריכטיגע סטאנדארט ווי עס פאסט פאר א סאטמארע חסיד און פירן די שטוב וויאזוי עס פאסט פאר א סאטמארע חינוך אזוי ווי מען איז מחנך ביי אונז אין די מוסדות, און דער רבי האט אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות אז איינער וואס פירט זיך נישט ווי א סאטמארע איד בנוגע צניעות וכו' איז די מוסדות נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער, די זעלבע האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע חסידים צו דאווענען אין די היימישע בתי מדרשים, און א יונגערמאן וואס דאווענט נישט אין אונזערע בתי מדרשים איז די מוסדות אויך נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער.
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי הכנה צום יום טוב שבועות און מעורר געווען צו אנהאלטן די מנהג טוב וואס מען האט איינגעפירט די לעצטערע יארן צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.
נאכן מעמד איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אויפן צווייטן שטאק פונעם זאל אין ביהמ"ד פון ישיבה ספרינג וואלי.














































































































