top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גּוֹרַל הַצַּדִּיקִים: היסטארישע ירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע ענדליך צעטיילט צווישן בניו האדמור"ים והרבנים

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גאלדענע אותיות אין דער גלאררייכער היסטאריע פון ממלכת סאטמאר, ווערט איינגעקריצט דער היינטיגער טאג, דאנערשטאג לסדר ״נשא את ראש בני ישראל״, ווען נאך צוויי צענדליג-יאר אחר פטירתו של הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע איז ענדליך צעטיילט געווארן די הייליגע אומשאצבארע ירושה אשר בר״ך מש״ה, מיט די חפצי קודש, בסדר יפה אף נעים, צווישן אלע בני משפחת המלוכה, פרי קודש הילולים, לבית עצי התמרים.


דער היינטיגער היסטארישער טאג איז געווען דער לעצטער און ענדגילטיגער שטאפל אין דעם חדשים-לאנגן אונטערנעמונג מיט אינטענסיווע פארהאנדלונגען, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט׳ן אויסערארדנטליכן מכתב בקשה והתראה אונטערגעשריבן דורך אלע קינדער און יורשים פון רבי׳ן זצוק״ל, וואו אלע קינדער האדמורי״ם והרבנים האבן גע׳חתמ׳ט מיט א קלארן און אויסדריקליכן רוף צו יעדן וואס האט אין באזיץ סיי וועלכע חפצי הירושה זאל מקיים זיין דעם ׳והשיב את הגזילה׳ און עס צוריקקערן צו די יורשים דאורייתא.


דער היסטארישער מכתב האט בשעתו אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, און דורכאויס די לעצטערע חדשים, ביז דעם אנגעגעבענעם ענד-דאטום ״ל״ג בעומר״, האבן ווירקליך אן א שיעור חפצי קודש פון דער ירושה — דארונטער די הייליגע תפילין פון הרה"ק מסאטמאר זי״ע, גע׳ירשנ׳ט פון זיין טאטן הרה"ק בעל קדושת יום טוב זי״ע — ׳געמאכט די וועג׳ צוריק צום באזיץ פון די יורשים דאורייתא, אנקומענדיג אין די הענט פון די געטרויבארע שלוחים ואפטרופסים וועלכע זענען געשטעלט געווארן דורך די יורשים צו האלטן די חפצים ביז ווען מ׳וועט עס ענדגילטיג צעטיילן כדת של תורה.


איבער די טעכנישע איינצלהייטן איז געשטאנען דער איבערגעגעבענער הויז-בחור פון רבי׳ן דער ברך משה זצוק״ל, הרה״ח ר׳ משה יצחק ווערטהיימער נ״י, וועלכער האט קאטאלאגירט די גאנצע ירושה וואס באטרעפט אומשאצבארע מיליאנען דאלארן, מיט חפצי קודש וואס גייען ארויף ביז צום הייליגן ראש השושילתא דער הייליגער ישמח משה זי״ע.


אצינד, דעם היינטיגן דאנערשטאג איז געקומען דער גליקליכער מאמענט, ווען ביי א היסטארישע באגעגעניש איז צעטיילט געווארן די מורשת צדיק, פונעם ברך משה זי״ע, בסדר נעים, לשביעת רצון כל היורשים.


די גורל׳דיגע אסיפה איז פארגעקומען אין דער שטאט מאנסי, אין דער ווילא פון בארימטן נדיב רבי ליפא פריעדמאן הי״ו, וועלכער האט בדעת ובחכמה ובבינה יתירה ארקעסטרירט און מאנעוורירט אלע איינצלהייטן כדי צו ברענגען די זאך צום גליקליכן גמר טוב.


טראץ וואס דער נדיב שטייט געציילטע מעת לעת פון דער שמחה במעון ביתו, בנישואי בתו למזל טוב, דעם קומענדיגן זונטאג, האט ער אבער זיך אוועקגעגעבן יומם ולילה, 24 שעה אין טאג, צו פארזיכערן אז אלעס פירט זיך על צד היותר טוב, בלי שום מכשול, און געהאט די זכי׳ עס דורכצופירן בפועל — ובשביל שמסר נפשו עליה האט ער געהאט די זכי׳ אז היסטאריע איז געשריבן געווארן טאקע ביי אים אין שטוב — ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה!


אזוי ווי דער רבי דער ברך משה האט קלאר אנגעזאגט אין זיין צוואה אז די חפצי קודש, כתבי יד און ספרים זאלן צעטיילט ווערן ״בשוה״ צווישן די פיר קינדער, האט מען מיט א געוואלדיגע פינקטליכקייט צוזאמענגעשטעלט ׳פיר פעקלעך׳ וואס זענען געווען אינגאנצן אויסגעגליכן סיי אינעם געלט ווערט און סיי אין די רוחניות׳דיגע און היסטארישע חשיבות.


צום ביישפיל, אויב אין איין פעקל איז געלעגן די ׳תפילין דרבינו תם פונעם קדושת יום טוב׳, איז אינעם צווייטן פעקל געלעגן זיין הייליגע מנורה, ביז די חבילות זענען געווען שוה לגמרי, מיט׳ן גרעסטן מאס יושר וצדק.


ביים מעמד הגורל האבן זיך באטייליגט די באשטימטע נציגים פון די יורשים: הגה״צ רבי יואל טייטלבוים שליט״א אב״ד בית ברוך קרית יואל בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א; הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, בן כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א; הרה״ג רבי חיים הערש טייטלבוים שליט״א בן הגה״צ אב״ד זענטא שליט״א; און הרה״ג רבי משה הורוויץ שליט״א חתן הרה״צ אב״ד סאטמאר 15 שליט״א.


אלס עדים געשטעלט אויפ׳ן גורל האבן געדינט די חשוב׳ע רבנים הרה״ג ר׳ שמעון כץ שליט״א דומ״ץ סאטמאר מאנסי און הרה״ג ר׳ שלום גליק שליט״א ר״י מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר.


די גאנצע חלוקה איז פארגעקומען תחת פיקוחם פון הרבני הנגיד מוה״ר מאיר הירש הי״ו מראשי ק"ק סאטמאר אין קרית יואל, וואס אין זיין בית מסחר זענען די חפצים געהאלטן געווארן בקדושה ובשמירה מעולה פאר די לעצטע צען יאר, אינאיינעם מיטן משב״ק בבית סאטמאר הרב החסיד רבי משה פריעדמאן שליט״א מיטן אפוטרופוס הירושה החסיד המרומם רבי אליעזר קעסטענבוים שליט״א, רב ונשיא ״דמשק אליעזר״.


לויט ערשטע באריכטן פון די אסיפה איז די היסטארישע פאר תפילין פונעם קדושת יום טוב געפאלן בגורלו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, און דער היסטארישע בריוו פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע איז געפאלן בגורלו צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י. מער פונקטליכע דעטאלן איבער די גענויע סדר החלוקה וועלן אי"ה נאכפאלגן.



bottom of page