צעקת אש קודש: האד' מסאטמאר רופט ארויס ביטערע געשריי קעגן קליפה איומה פון "עי-איי" אויף טעלעפאנען
- לפני 22 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א הייליגע און ביטערע וויי געשריי איז היינט דאנערשטאג אויסגעשריגן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קעגן די שרעקליכע קליפה און נייער יצה"ר פון "עי-איי" אויף די טעלעפאנען, וואס מאכט אן שווערע חורבנות בכרם בית ישראל, ווען די יונגווארג איז געווארן אויסגעשטעלט צו א נייעם נסיון אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.
צוליב'ן חומר הנושא און קריטישע וויכטיגקייט ארויסצוקומען פאר'ן גאנצן ציבור, כל קהל עדת סאטמאר, ובפרט די צענדליגער טויזנטער תלמידי הישיבות והמוסדות פון אומעטום, איבער די שרעקליכע סכנה און זהירות צו זיין גענצליך אפגעשיידט פון די טמא'נע פארבינדונג מיט עי-איי, איז אראנדזשירט געווארן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אז די רבבות תלמידים ותלמידות וואס ווערן נתחנך אין די סאטמארע מוסדות, סיי די חדרים, מיידל שולעס, ישיבות קטנות, און די ישיבות גדולות פון אמעריקא, קאנאדע, ארץ ישראל און אייראפע, זאלן מיטהאלטן דורך א הוק-אפ די דעם חובת השעה וואס דער רבי האט באשטימט משמיע צו זיין דעם דאנערשטאג פארמיטאג, אין די ראמען פונעם טעגליכן שיעור תהילים בהיכל הישיבה.
ארום 11:30, נאכ'ן דאווענען אין היכל הישיבה סניף ברך משה, איז דער רבי שליט"א ארויף אויף די בימה, מעוטף בטליתו, און משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה און צעקת אש קודש, ארויסקומענדיג מיט א הייליגע רוף לגדור גדר און זיין גענצליך מובדל ומפורש פון עיי-איי, און מ'זאל ניטאמאל וויסן די נומבער.
דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אין תהילים "ה' העלית מן שאול נפשי חייתני מיורדי בור", און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז דער יצה"ר וואס איז מתחדש בכל יום איז היינט צוטאגס די קליפה פון "עי איי", דאס איז פיל מאל ארגער ווי דעם נסיון פון קאמפיוטער, ווידיאו און סמארטפאון, וויבאלד צו דעם קען מען זיך פארבינדן מיט יעדן פשוט'ן היים-טעלעפאן און יעדן פשוט'ן סעלפאון אפילו א כשר'ע.
דער רבי שליט"א האט אויסגעבראכן אין א געוויין אויסשרייענדיג א הילכיגע "געוואלד! געוואלד! דער מצב איז נורא ואיום! געפערליך און געפערליך!"
בקול בכי האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט אז מיט א צעבראכן הארץ וויל ער זאגן פאר אידישע קינדער, האטס רחמנות אויף ענקער נשמה, כל באיה לא ישובון, ווער עס קומט אן צו דעם, רחמנא ליצלן, קומט נישט צוריק. מען פאלט אריין אין דעם נעץ פונעם יצה"ר אויף א שווערן וועג, וואס ממש עס האט נישט קיין רפואה. מען פארלירט ביידע וועלטן, סיי עולם הזה און סיי עולם הבא, און ער געפינט זיך אינעם נעץ פונעם ס"מ מיט ביידע פיס.
דער רבי שליט"א האט צוגעענדיגט אז יעדער איז איז מחויב צו האבן די אייגענע השגחה אויף זיך אליינס, נישט אריינצופאלן אין דעם נעץ פונעם שטן, און ווער ס'איז שוין ליידער געווען פארבינדן מיט דעם, זאל פון היינט און ווייטער אפטיילן און אפרייסן יעדע פארבינדונג מיט די קליפה, און דערמיט אפראטעווען זיין נשמה פון גיהנום".

