top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כדת וכדין: זעלטענע מעמד חליצה אפגעהאלטן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטענע מעמד חליצה איז דעם דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, דורכגעפירט כדת וכהלכה פאר א פרוי וואס האט ליידער פארלוירן איר מאן און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל דער רבי רעכט אפ א מעמד חליצה זינט ער האט איבערגענומען דעם כתר האדמור"ות מיט אריבער צוואנציג יאר צוריק.


די מעמד איז פארגעקומען אין די צפורי שעות פארן דאווענען אין שפיץ פון א צאל חשובע רבנים, צווישן זיי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט''א, הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, הרה"ג רבי שלמה זאבעל שליט"א רב ביהמ"ד בית דוב, און נאך עלטערע מורי הוראה פון שטאט, און איז געווארן אנגעפירט בכל פרטיה ודקדוקיה דורכן סאטמארער רבי'ן.


אויפצומארגנס ליל שבת ביים עריכת שולחן הטהור וואס דער רבי האט אפגעראכטן אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא כמידי שבת בשבתו האט דער רבי שליט''א זיך באצויגן צו די דאזיגע מעמד חליצה.


דער רבי שליט''א האט אנשטאט פארציילן סיפורי צדיקים כמנהגו יעדע וואך, דאסמאל געווידמעט א לענגערע ידיעות'פולע שמועס מלא וגדוש מיט העכסט אינטערעסאנטע און אומבאקאנטע ענינים ארום די נושא פון "חליצה".


דער רבי האט באטאנט פאר די בחורים אז ס'איז דא פארשידענע מצוות וואס איז בעצם א חלק פון די הייליגע תורה, און ס'איז דא דערויף תילי תילים של הלכות און סוגיות עמוקות, נאר היות ס'מאכט זיך זעלטן מקיים צו זיין די מצוה, איז מען נישט אזוי עוסק דערין, אבער אז ס'האט זיך יא געמאכט מ'זאל עס מקיים זיין, איז א דבר בעתו אויסצושמועס'ן.


דער רבי האט פאר איבער א האלבע שעה אראפגעלייגט בפרטי פרטים די הלכות, אנגעהויבן פון די סוגיא הגמרא אין מסכת יבמות און שו"ע אבן העזר, ביז'ן סדר הדברים פון א חליצה ווי אזוי מ'פירט זיך אויף טריט און שריט היינטיגע צייטן ביי א חליצה, וואס דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט א געוואלדיגע אינטערעסע, ווי אזוי דער רבי לאזט זיך אזוי אראפ און לייגט אראפ די מציאות הדברים וחלקי הלכה והמנהגים מיט א געוואלדיגע בהירות און ברייטע הסברה, בטוב טעם ודעת.

תגובות


bottom of page